—
מיט עטליכע יאר צוריק האט דער רוסישער דיקטאטאר וולאדימיר פוטין אן קיין שום פראוואקאציע באפאלן א פרידליך שכינות׳דיגע מדינה, אוקריינע, און די גאנצע וועלט געפינט זיך אין א סכנה.
דער רוסישער דיקטאטאר פוטין האט שוין עטליכע מאל ״דערמאנט די וועלט״ אז ער פארמאגט נוקלעארע געווער, א זאך וואס קיין שום מדינה אדער פאליטישער פירער האט אין די לעצטע נאענט צו אכציג יאר נישט געטאן, צו דראען מיטן אטאם אדער אפילו צו עס דערמאנען אויפן מויל.
ביי אין אונז שטעטל גייען אבער אן העפטיגע וויכוחים - בנוגע וואס עס דארף ״זיין די ריכטיגע השקפה״ צי די: רוסן זאלן אומברענגען וואס מער אוקריינער, אלס ״נקמה״ אין אוקריינער פאלק, אדער דארף אונזער ״השקפה״ פארציען ווינציגער ברוטאלע הריגות פון אומשולדיגע מענטשן.
עס דארף הייסן אז די אוקריינער זענען געווען די גרעסטע שופכי דם ישראל בעת דער צווייטער וועלט מלחמה און נאך פריער אין אלע דורות צו ביז די גזירות ת״ח ות״ט, זאל אלזא מקויים ווערן דער נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך, ווען די רוסן, וועלכע זאלן האבן געווען קלענערע רשעים און אנטיסעמיטן, וועלן פארגיסן דאס בלוט פון וואס מער אוקריינער ״די גרעסערע רשעים״ און פארגיסער פון אידישבלוט.
וועלן מיר אנפאנגן גלייך מיט דער מסקנה: קיין שום אומה ולשון, חוץ נאצי דייטשלאנד, קען זיך נישט פארגלייכן מיט זייערע רשעות׳די גע גזירות קעגן אידישן פאלק במשך פון הונדערטער יארן ווי דאס קען רוסלאנד. נישטא נאך א לאנד וואו אידן זענען אין די לעצטע הונדערטער יארן אזוי לאנג פארפאלגט געווארן כל מיט מיני גזירות רעות וצרות אין ווי רוסלאנד.
רוב אנטיסעמיטישע אידייען און באגריפן וואס עקזיסטירן אין דער וועלט, עד היום הזה, שטאמען פון רוסלאנד און זענען ערפינדן געווארן אין רוסלאנד. דאס ווארט ״פאגראם״ איז א אגב רוסיש ווארט. לאמיר ערשט רעדן וועגן דער לאנגער און ״רייכער״ געשיכטע פון אנטיסעמיזם אין רוסלאנד און עס דאן פארגלייכן צו דער אידישער געשיכטע אין אוקריינע.
——————
״פיטער דער גרויסער״
פיטער דער גרויסער, Great the Peter, דער רוסישער צאר צווישן די יארןתמ״ב און תפ״ה, איז געווען דער גרינדער פון דער מאדערנער רוסלאנד. פאר איז אים רוסלאנד געווען א קליינע צוריקגעשטאנענע מלוכה. פיטער האט געגרינדעט די רוסישע ים פלאטע (navy), האט געפירט מלחמות און איינגענומען שכנות׳דיגע מדינות, און האט געלייגט די יסודות צו פארוואנדלען רוסלאנד אין אן אימפעריע און א וועלטס מאכט. ער האט געגרינדעט די מאדערנע אינסטיטוציעס און רעגירונגס אינסטאנצען וואס עקזיסטירן אין רוסלאנד ביז היינט צוטאג. פיטער האט געגרינדעט די רוסישע שטאט סט. פעטערסבורג, ערשט באקאנט אלס פעטראגראד, און שפעטער אונטער די קאמוניסטן אלס לענינגראד. סט פעטערסבורג איז יארן לאנג געווען די הויפטשטאט פון רוסלאנד, ביז די קאמוניסטן האבן געמאכט מאסקווע אלס די הויפטשטאט. וולאדימיר וולאדימיראוויטש פוטין, דער היינטיגער רוסישער פרעזידענט/אויטאקראט איז, אגב געבוירן אין סט. פעטערסבורג.
״פעטער דער גרויסער״ דער גרינדער פון דער מאדערנער רוסלאנד, איז אויך געווען דער גרינדער פון דער מאדערנער רוסישער אנטיסעמיטיזם. קיין איז איד אונטער אים נישט ערלויבט געווארן צו וואוינען אין רוסלאנד. באקאנט דער ענטפער וואס פיטער דער גרויסער האט געגעבן ווען מ׳האט אים געפרעגט פארוואס ער ערלויבט נישט פאר אידן צו וואוינען אין רוסלאנד. האט פיטער געענטפערט: ״איך וועל גיכער ערלויבן פאר מאכמעדאנער ( מוסולמענער) און געצן-דינער צו וואוינען צווישן אונז ווי איידער אידן. זיי זענען גנבים און שווינדלער. איך וויל אויסרייסן שלעכטס און רשעות פון רוסלאנד נישט מאכן עס וואקסן״.
דער ״תחום המושב״.
אין שנת תקנ״א זענען פוילן, וועלכע האט אויך געוועלטיגט איבער טיילן פון אוקריינע און ליטע, צעטיילט געווארן צווישן עסטרייך, פרייסין ( דייטשלאנד Prussia ) און רוסלאנד. ס׳איז געווען דאס ערשטע מאל אין איר געשיכטע וואס רוסלאנד האט פלוצלינג געוועלטיגט איבער א ריזיגער אידישע באפעלקערונג.
רוסלאנד, וועלכע האט כמעט נישט ערלויבט קיין אידן צו וואוינען אין איר לאנד, אין דער צייט וואס אין אנדערע לענדער ובפרט אין פוילן, אוקריינע און ליטע, האט געשפרודעלט מיט אידן און אידישקייט, האט זיך פלוצלינג געפונען א מיט -אידן פראבלעם.
קאטערינע די גרויסע, וועלכע איז דאן געווען די צארין פון רוסלאנד, האט איינגעפירט וואס איז באקאנט אלס דער ״תחום המושב״. ( of Pale The Settlement). וואס האט געמיינט אז אידן מעגן נאר וואוינען אין די שטעט, און בעיקר שטעטליך, וואו זיי געפינען זיך יעצט, און טארן זיך נישט באזעצן אין אנדערע טיילן פון רוסלאנד סיידן זיי שמד׳ן זיך חלילה. רוב פון דעם אמאליגן תחום המושב געפינען זיך היינט אין אוקריינע, בילארוס, ליטע, לאטוויע, מאלדאווע און פוילן.
סך הכל האבן דעמאלט געוואוינט אין תחום המושב 4.5 מיליאן אידן. דערפון: 1,895,815 אין אוקריינע, ארום מיליאן אין ווייס רוסלאנד ( בילארוס), 1,267,165 אין פוילן, ארום 400 טויזענט אין ליטע, 228,128 אין דער היינטיגער מאלדאווע (בעסאראביע), און 37,689 אין לאטוויע ( דאן געהייסן קורלאנד). אויסנאמס פלעגן געמאכט ווערן פאר סוחרים, און פאר פראפעסיאנאלן, מענטשן מיט ספעציעלע בארופן וועלכע זענען ערלויבט געווארן צו פארן און אפילו צו זיך באזעצן אין שטעט אין רוסלאנד גופא. אזוי האבן זיך א פאר צייט געמאכט אידישע קהילות אין אזעלכע שטעט ווי מאסקווע.
צו דער זעלבער צייט האט די רוסישע רעגירונג דורכגעפירט גירושים איבער אידן פון פארשידענע שטעט און דערפער וועלכע זענען פלוצים פארארדענט געווארן צו פארלאזן זייערע וואוין ערטער אינם תחום המושב און זיך צו באזעצן אין אנדערע מקומות וואס די רוסישע רעגירונג האט געהאלטן זיי אז פעלן דארט אויס פאר דער אנטוויקלונג פון דער עקאנאמיע.
אידן זענען א געוויסע צייט פארבאטן געווארן צו וואוינען אין דערפער סיידן זיי פארנעמען זיך מיט אגריקולטור. די וואס זענען נישט קיין פארמער זענען פארטריבן געווארן די פון דערפער.
צו דער זעלבער צייט זענען געוויסע יארן אידישע סוחרים נישט ערלויבט געווארן צו וואוינען אין שטעט וואו זיי האבן קאנקורירט מיט נישט אידישע סוחרים. זיי זענען פארטריבן געווארן צו וואוינען אין קלענערע נישט אנטוויקעלטע ״זייטיגע״ שטעט, אדער צו שטעט אין אוקריינע וואס רוסלאנד האט דעמאלט איינגענומען און באזעצט. ס׳פלעגן אפט פארגעקומען גירושים פון גאנצע שטעט, למשל דער גירוש פון מאסקווע און פון אויך קיעוו. די רוסן האבן נישט ערלויבט אידן זאל וואוינען אין דער שטאט קיעוו די אין נאר דערפער ארום.
——————
ניקאליי דער ערשטער און די קאנטאניסטן.
צאר ניקאליי דער ערשטער האט פרעטענדירט להשמיד ולהרוג ולאבד אידן און אידישקייט מיט גוזר די זיין שווערסטע גזירות אויף אידישע גופים און אויף אידישע נשמות.
אונטער ניקאליי דעם ערשטן איז איינגעפירט געווארן די גזירה פון ״קאנטאניסטן״ וואס צדיקי אמת האבן געזאגט אז די איז דאס שווערסטע גזירה אין אידישן גלות. ווי באקאנט די איז גזירה באשטאנען דערין וואס אידן האבן געמוזט צושטעלן א קווואטע פון אידישע קינדער וואס זאלן דינען אין צאר׳ס ארמיי במשך 25 פון יאר.
צאר ניקאליי דער ערשטער האט אויך פרובירט ״מיט שיינעם״. ער האט געהאט א פלאן אומצוברענגען דאס אידישע פאלק דורך פירן צו זייער סעקולאריזאציע און אסימיליזאציע. ער האט געענדערט געזעצן ״לטובת״ די אידן געבענדיג זיי ערלויבעניש צו שטודירן אין אוניווערסיטען ער. האט אויך געפרואווט ארויפצווינגען אויף אידן פרייע שטודיעס און העכערע בילדונג וואס זאל פירן צו זייער סעקולראריזאציע.
צאר ניקאליי דער צווייטער איז שוין נישט געווען אזא שונא ישראל ער. האט אפגעשאפן די גזירה פון קאנטאניסטן, אבער נישט די פילע אנדערע גזירות. אידן למשל זענען נאך אלץ נישט ערלויבט געווארן צו וואוינען אויסערן תחום המושב. ——————
די פאגראמען די און ״סופות בנגב״.
די פרייהייטן און ליבעראליזאציעס פון צאר ניקאליי דעם צווייטן האבן זיך געענדיגט ווען רעוואלוציענערן האבן דורכגעפירט אן אטענטאט אויפ׳ן צאר ניקאליי דעם צווייטן. די רוסישע אנטיסעמיטישע געהיים און שפיאנאזש ארגאניזאציעס האבן געווארפן די שילד די אויף אידן.
א כוואליע מיט פאגראמען האבן אויסגעבראכן אויף אין אידן רוסלאנד, באקאנט אלס די ״סופות בנגב״, און שפעטער די פאגראמען אין קישינעווע, ביאלאסטאק און אנדערע שטעט די. פאגראמען האבן געפירט דערצו וואס צוויי מיליאן אידן האבן עמיגרירט קיין אמעריקע וואו דער גרעסטער ילטי האט ליידער פורק עול געווען די. פאגראמען האבן אויך געפירט צו דער ארויסשפראצינג און וואוקס פון ציוניזם. כאטש דער ציוניזם איז געגרינדעט געווארן אין מערב ער האט דארט נישט געהאט קיין הצלחה. דער וואוקס פון ציוניזם איז אנטשטאנען נאך די פאגראמען אין רוסלאנד.
——————
״די פראטאקאלן פון די זקני ציון״
די סאמע טרויעריג בארימסטע פאשקוויל און היסטאריש אנטיסעמיטשטע דאקומענט איז וואס איז באקאנט ״די אלס פראטאקאלן פון די זקני ציון.״
נישטא קיין אנטיסעמיט אין דער וועלט, פון היטלער דייטשלאנד ביז היינטיגע שונאי ישראל אין דער אראביש וועלט, צו ביז עקסטרעם רעכטע גרופען די ווי קואנאן גרופען אין אמעריקע, וואס באזירן נישט זייער אנטיסעמיטזם אויף דעם לעכערליכן זיוף וואס הייסט ״די פראטאקאלן די פון זקני ציון״.
דער דאקומענט איז ערפינדען געווארן אין רוסלאנד. די מחברים פון דעם זיוף זענען נישט קיין אנדערע די ווי צארישע געהיים אגענטור די, ״אוכראנא״ די, פארגייער פון ( בע גע קע דער קעי דזשי די און) בי היינטיגע ( בי עס עף .B.S.F .(
די פראטאקאלן פון די זקני ציון זענען מכלומרשט דאקומענטן וואס זענען ״אנטדעקט״ געווארן וואס אנטהאלטן די פראטאקאלן פון א געהיימע קאנפערענץ וואו עס זענען צונויפגעקומען די פירער פון אידישן פאלק, די ״זקני ציון״, וואו איז עס באשלאסן און אויסגעארבעט געווארן א פלאן וויאזוי אידן זאלן קאנטראלן די וועלט דורך האבן די שליטה איבער די בענק, די פינאנציעלע אינסטיטוציעס, די פרעסע די און רעגירונגען.
די פראטאקאלן זענען געווען א ביליגער זיוף פונם צאר׳ס פאליציי אין דער תקופה פון די פאגראמען אין יארן פון תרס״ה-ו.
די פראטאקאלן זענען באלד געדרוקט געווארן אין אנטיסעמיטישע צייטונגען און אין ביכער איבער דער גאנצער וועלט. אין אמעריקע איז דאס געדרוקט געווארן דורך דעם אינדוסטריאליסט און ערפינדער פונם אויטאמביל הענרי פארד, דער גרינדער פון דער פארד אויטאמאביל פירמע. אין נאצי דייטשלאנד איז דאס געווען א חלק פונם לערן קוריקולם אין די שולעס. עד היום ווערט דאס נאך געדרוקט אין אנטיסעמיטישע אראבישע צייטונגען.
טראץ דעם וואס די צייטונג ״די טיימס אוו לאנדאן״, און די דייטשע ״פראנקפורטער צייטונג״ האבן אין נאך די צוואנציגער און דרייסיגער יארן אויפגעוויזן די אז פראטאקאלן זענען א ביליגער שקר, א hoax, איז דאס איבערגעזעצט געווארן אין צענדליגער שפראכן איבער דער גאנצער וועלט. מיליאנען גויים באזירן זייער ״איבערצייגונג״ אז אידן דאמינירן די וועלט אויף די אט פראטקאלן וואס זענען צו באקומען אין אזויפיל שפראכן און אויפן אינטערנעט.
די פראטאקאלן פון די זקני ציון ווערן באצייכענט אלס די סאמע איינפלוסרייכטע אנטיסעמיטשע ווערק. די פראטקאלן האבן געפירט צו אומציילבארע שפיכת דם ישראל און רדיפת אויף אידן. א ווערק וואס איז מעשי ידיהם להתפאר פון די ״זיידעס״ פון די רוסן וואס זענען היינט עוסק אין דער גרויסער מצוה פון מארדן אומשולדיגע אוקריינער און שטעלן אין סכנה דעם שלום פון דער גאנצער וועלט.
——————
קאמוניזם
מיר ווילן נישט מאריך זיין אבער וואס איז די מכח הונדערטער טויזענטער און אפשר מיליאנען אידן וואס דער קאמוניזם האט אומגעבראכט די אוו מיליאנען אידן וואס דער קאמוניזם האט אומגעבראכט ברוחניות?
——————
אוקריינע.
אין דער צייט וואס אידן זענען אינגאנצן נישט ערלויבט געווארן צו וואוינען אין טיף רוסלאנד און וואו זיי האבן יא געוואוינט איז עס געווען מיט באגרענעצונגען און נאכאנאדיגע נגישות און פאגראמען האבן אידן במשך פון הונדערטער יארן געוואוינט פארהעלטעניסמעסיג בשלום אין אוקריינע. אידישקייט האט דארט געבליט און אוקריינע איז געווען דאס וויגעלע פון חסידות.
אין דער צייט וואס אין רוסלאנד איז דער אנטיסעמיטיזם געווען אפיציעל, געפלאנט און פארארדענט דורך דער רעגירונג, און פון דארט עקספארטירט איבער דער גאנצער וועלט לדורי דורות, זענען די שוידערליכע רציחות פון אידן אין אוקריינע געווען ספאראדישע אויסברוכן פון מער רוצחישע באנדעס ווי איידער פון ״אבות אבותיהם די פון היינטיגע אוקריינער״ ( וועלכע זאלן לויט זיין דעם חייב מכת , הרג וחרב ואבדן).
ווען די דייטשן האבן איינגענומען אוקריינע האבן זייערע אוקריינער קאלאבאראטארן געטאן די ארבעט פון ערמארדן די אידישע קדושים מיט מער אייפער און ״קאמפעטענץ״ די ווי נאציס גופא. אין יעדע לאנד האבן די דייטשן געהאט לאקאלע מיטארבעטער. אין אונגארן, פוילן, ליטע, רומעניע האבן זיך פונקט אזוי געיאוועט לאקאלע קאלבאראטארן. קיין איינע זיי פון זענען אבער נישט געווען אזוי ״פעאיג״ און אכזריות׳דיג די ווי אוקריינער.
מען דארף אבער וויסן אז דאס איז געווען נישט א ווי מער נישטיגע מיעוטא דמיעוטא פונם אוקריינער פאלק. אוקריינע איז דאן באשטאנען 35 פוו מיליאן מענטשן. די אוקריינער נאציס אין די איינזאץ רוצחים באנדעס האבן געציילט נישט ווי מער 11,000 מענטשן, און נאך ארום ניינציג טויזענט אוקריינער וואס האבן ארויסגעהאלפן אין אדמיניסטראטיווע ארבעט פאר די נאציס. רובם ככולם פונם אוקריינער פאלק האבן אבער נישט געהאט קיין שום שייכות מיט די הריגות. פאקטיש האבן די נאציס אויך אומגעברענגט צווישן פיר און דריי מיליאן אוקריינער.
אויף דער ״חסידי אומות העולם״ רשימה פון ״יד ושם״ אין ארץ ישראל וועלכע טיילט מעדאלן פאר גוים וואס האבן געראטווועט אידן פון די נאציס, געפינט זיך אוקריינע אויפן פערטן ארט. בעפאר רוב אייראפעאישע מדינות.
פאראן א מחלוקת הפוסקים צווישן מורינו הרהג״צ רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט״א און צווישן דעם אמעריקאנער משפיע הרה״ג רבי בנימין אייזענבערג שליט״א צי די תפילה פון נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך גייט ארויף אויף די איינקלעך און אור אייניקלעך פון די אמאליגע רוצחים אדער נישט. דאס דארף אבער זיין נישט א ווי מער טעארעטישער וויכוח. ווייל די 44 מיליאן אוקריינער היינט צו טאג זענען נישט אלע אייניקלעך, בעסער געזאגט זענען כמעט קיינער נישט קיין אייניקלעך, די פון די נאצי קאלבאראטארן.
פיל מער זענען איינקלעך פון די וואס זייערע אוקריינער גויאישע זיידעס זענען אומגעקומען דורך די נאציס, אדער וואס זייערע אוקריינער אידישע זיידעס זענען אומגעקומען דורך די נאציס, די צענדליגער טויזענטער אוקריינער מזרע ישראל וואס ויתערבו בגויים, ווי דער היינטיגער אוקריינער פרעזידענט זעלענסקי, וואס פון צוויי זיינע עלטער פעטערס זענען אומגעקומען די דורך נאציס.
אן אנקעטע וואס איז מיט צען יאר צוריק גענומען געווארן דורך די Pew center research האט געוויזן אז צווישן אוקריינער פאלק היינט צו טאג הערשט ווינציגער אנטיסעמיטיזם ווי צווישן סיי וועלכע פאלק אין מזרח און צענטראל אייראפע.
נאך דער מלחמה איז אויפגעשטעלט געווארן א מאנומענט אויפן ארט פון גיא דעם ההריגה ״באבי יאר״, דער טאל נעבן קיעוו וואו די נאציס האבן דערשאסן צום טויט איבער פופציג טויזענט אידן. די סאוויעטן האבן אבער נישט ערלויבט שרייבן אויפן מאנומענט אז אידן זענען געווען די קרבנות וואס זענען דארט אומגעקומען. זיי האבן נאר געלאזט שרייבן אז דארט זענען לעבעדיגערהייט דערשאסן געווארן ״די קרבנות פון פאשיזם״.
ווען דער סאוויעטן פארבאנד, סאוויעט רוסלאנד, איז זיך צעפאלן און אוקריינע איז געווארן א זעלבסטשטענדיגע מדינה איז אויפגעשטעלט געווארן א נייער מאנומענט וואו עס איז אויסגעקריצט אז דאס איז א מאנומענט פאר די אידן וואס זענען דארט דערשאסן געווארן די דורך נאציס.
וולאדימיר פוטין האט מיט עטליכע יאר צוריק געזאגט אז די גרעסטע קאטאסטראפע פון צוואנציגסטן יאר הונדערט איז געווען דער צוזאמענברוך פון סאוויעט רוסלאנד. די גרעסטע קאטסטרפע פון 20'סטן יאר הונדערט איז נישט געווען די צווייטע וועלט מלחמה, נישט דער היטלער חורבן, די האלאקאסט, די שואה, נאר די אויפלייזונג פון דער מלכות הרשעה, דער סאוויטישער פארבאנד וואס האט אונטערדרוקט און אומגליקליך געמאכט אזויפיל הונדערטער מיליאנען מענטשן. דער סאוויעט רוסלאנד פון יאזעף סטאלין וועלכער האט דערמארדערט 20 מיליאן זיין פון אייגען רוסישן פאלק און ווערט באטראכט אלס דער גרעסטער רוצח אין דער געשיכטע.
——————
דאס אויסדרוקן געפילן פון נקמה אין אנבליק פון די ברוטאלע הריגות וואס פוטין פירט דורך אין אוקריינע צוליב דעם וואס ״זייערע זיידעס״ האבן גע׳הרג׳ט אידן איז חוץ מזה וואס ס׳איז היסטאריש אפגעפרעגט און לעכערליך, עס איז אויך שעדליך א און געפערליכע הפקרות.
יונגעלייט וואס זענען ערשט נעכטן געווען די גרעסטע עקספערטן אויף די סכנות פונם וואקסין, און בעפאר דעם אויף ״ביטקאין״, און פון נאך פריער אויף ״ליבעראליזם און קאנסערוואטיזם״ , זענען פלוצלינג געווארן די גרעסטע מומחים אויף דער היסטאריע פון אוקריינער נאציס און פאסמאקעווען זיך מיט פוטין׳ס שויעדערליכע רציחות פון אומשולדיגע מענער, פרויען און קינדער, וואס די אט אומוויסענדע ״היסטאריקער״ באצייכענען אלס ״אייניקלעך״ פון די אמאליגע אוקריינער נאציס. א פרימיטיווע בארבארישע שפראך וואס מ׳האט ביי אידן קיינמאל נישט געהערט.
די יונגעלייטליך לאזן הערן זייערע ״מיינונגען״ און ״היסטארישע״ געניטקייט אויף עפענטליכע פארומס וואס קענען לייכט אנקומען און געזען ווערן דורך דער גאנצער וועלט. כאטש דאס ווערט געשריבן אין אידיש - און דווקא א אין צעבראכענעם פא רגרייזטן אידיש ,- קען דאס אבער לייכט איבערגעזעצט ווערן אויף גויאישע שפראכן און גורם צו זיין א געוואלדיגן חילול השם און אפילו חלילה שטעלן אין געפאר אידישע לעבנס רח״ל.
די גאנצע ציווליזירטע וועלט איז אויפגעטרייסעלט און פאראייניגט קעגן פוטין׳ס ברוטאלע רציחות. אפילו א לאנד ווי שווייץ, וועלכע איז הונדערטער יארן געווען נייטראל, אפילו ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז שווייץ געווען נייטראל, האט זיך יעצט געשטעלט אויף דער זייט פון דער פרייער וועלט און שיקט געווער קיין אוקריינע און האט אויסגערופן סאנקציעס קעגן רוסלאנד. קומען חרדישע אידן און בארעכטיגן און אפלאדירן פוטין׳ס רציחות?
וואו קענען מיר האבן טענות צו דער וועלט פארוואס זי איז געווען אפאטיש צו די רציחות פון די נאציס אויף די אידן און האבן נישט אינטערווינירט, בעת יחידים צווישן אונז אפלאדירן גאר די רציחות קעגן די אוקריינער? די פרייע וועלט האט לכל הפחות נישט אפלאדירט היטלער׳ן. זיי האבן נאר צוליב פארשידענע סיבות נישט געוואלט אינטערווינירן. מען פארלאנגט דאך נישט מיר אידן זאלן אינטערווינירן אין דער יעצטיגער מלחמה. אבער אויסדרוקן הנאה פון די שרעקליכע און שוידערליכע רציחות וואס די וועלט זעט אפשר דאס ערשטע מאל בשעת מעשה פאר די אויגן איז טיפשות׳דיגע פארברעכן.
אפגעזען פון די היסטארישע פאקטן זענען מיר אידן דאך מחויב זיין צו אויף דער זייט אויסדרוקן אונזער שטיצע און הכרת הטוב פאר דער פרייער דעמאקראטישע וועלט וואס מיר זענען חוסים בצילם. קיינמאל פריער אין דעם צוויי טויזענט יעריגן גלות איז פאר אידן נישט געגאנגען אזוי גוט ווי היינט אין דער פרייער וועלט. און קיינמאל פריער איז אידישקייט נישט אזוי געוואקסן בכמות אין פילע הינזיכטן און אויך נישט באיכות ווי היינט אין דער פרייער דעמאקראטישער וועלט.
אונזער עלטערן און זיידעס האבן נאך דעם גרויסן חורבן זיך צוריקגעשטעלט אויף דער פיס און אויפגעשטעלט דורות ישרים ומבורכים נאר אדאנק דער פרייהייט פון דער דעמאקראטישער וועלט. מוזן מיר זיין הונדערט פראצענט אויף זייער זייט. ווייל ווער נאך אזויווי מיר ווייסן וואס פרייהייט און דעמאקרטיע מיינען.
בעת דער מלחמה פון נאפאלעאן קעגן רוסלאנד זענען געווען חילוקי דעות צווישן די צדיקי הדור ווער עס זאל זיגן. דער ר׳ רבי מענדעלע רימאנאווער האט געהאפט אז נאפאלעאן זאל זיגן . דאקעגן אנדערע צדיקים, ווי דער קאזשניצער מגיד, דער חוזה פון לובלין, דער בעל התניא פון ליאדע רבי און נפתלי ראפשיצער האבן געבעטן דער צאר ניקאליי דער ערשטער, זאל זיגן. ווען נאפאלעאן איז אמאל דורכגעפארן קאזשניץ איז דער קאזשניצער מגיד אים נאכגעגאנגען א מיט מגילה און געזאגט: ״נפול תפול, נאפאלעאן תפול״.
היינט איז לית מאן דפליג אז אידן דארפן בעטן פאר דער הצלחה פוו דער פרייער וועלט און פאר פוטין׳ס מפלה. נפול תפול, פוטין תפול!