אידישע תאוות - א טיפערן ארייבליק
''אזוי צו אזוי,
וואס פארשטייט א גוי,
ס' דאך תאוות ומחשבות לבנו
לעבדתו יתברך שמו''.
''די צוזאמשטעל פון א קאווע מיט א קאצקע צוקער נאכן מקוה מיט די נאסע פיאות,
די תאווה מוצ''ש פון צוזאמלייגן די טלית און טון עפעס פאר שלום בית''.
דא קומט אריין דעם אלעמען באקאנט ווערטל אז עס מוז נישט דייקא זיין דער טלית, עס קען אויך זיין וואשן די געשיר. ווי אויך מוז נישט דייקא זיין מוצ''ש, נאר קען אויך זיין א גאנצע וואך. אויך מוז נישט דייקא זיין דער מאן, קען אויך זיין דער ווייב…
''די זיסקייט פון א דרימל אינמיטן לכה דודי, ס'איז בעסער ווי אין בעט אינמיטן נאכט,
און פון צוגיין צום עמוד און זיך גארגלען ביים ברעטל בשעת דער עולם קראכט''.
מיר אלע זענען באקאנט אז ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים האבן זיי זיך געוואלגערט אין מדבר פאר גאנצע פערציג יאר און זיי וואלטן דאס געקענט אויסמיידן אויב זיי וואלטן געמעגט גיין אויף דעם דרך ארץ פלישתים, אבער אנשטאט דעם געדארפט מאכן א גאנצער אומוועג, געליטן מלחמות, א גאנצע דור אויסגעשטארבן צוליב'ן חטא המרגלים אא''וו…
שטייט זיך עפעס א יונגערמאנטשיקל 3,297 יאר שפעטער ביים עמוד און דערמאנט דאס אלעס מיט א טאן פון געגועים… אוי, ארבעים שאאאאנננההה אאקקוווווווטטטטט בדוווווורררר…. אוי הייליגער באשעפער, ס'בענקט זיך צוריק…. ווער רעדט נאך אויב עס קומט באגלייט מיט נוסח קארליבאך….
אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו פארשטיין אז דער יונגערמאן האלט נאך א פעסטע ווארעמע מקוה, די נארהאפטיגע טשולנט פון טועמי' ליגט אים נאך אין די ביינער… אין אנדערע ווערטער; ער איז יעצט אין די גוסטע, זאלן זיך די אידן וואלגערן אין מדבר, איך בין יעצט אין די מא''ד… שלאג מיר…
''מיטברומען וטהר לבנו אדער שרייען שבח אזוי קרעכציג''.
דאס הייסט פארקערט ווי פריער ווען מען האט דערמאנט א געוויסע צרה בלשון שמחה, איז אבער דאסמאל פארקערט ווען מען דערמאנט די גרויסקייט פונעם אויבערשטן בלשון צער… אוי' שעעעעוווווואאאאךךךךך…. אוי הייליגער באשעפער, דו ביזט דאך אזוי גרויס, פארוואס ביזטו אזוי גרויס?... וואס וועט אבער דא זיין דער תירוץ? ער איז הונגעריג?! איך ווייס נישט.
''א שמעק טאביק, א קוגל ליל שישי, א אידישע הבנה''.
ווי זאגט דער וועלט, וואס איז דער חילוק צווישן א מאן און א ווייב? ביידע עסן טשולנט דריי מאל א וואך. א מאן עסט ליל שישי, פרייטאג נאכמיטאג, און שבת. א פרוי עסט טשולנט שבת, זונטאג און מאנטאג…
''חול המועד באזוכן דעם טיער-גארטן ווייל א גאנץ יאר איז דאך עס פארשפארט''.
אט איז וויאזוי עס גייט צו א פשוט'ן חול המועד: מנחמ'ל, א יונג בחור גייט שוין דאווענען שחרית אכט אזייגער אינדערפרי כדאי צו קענען ארויסגיין ''כאלעמויד האלטן'' ווי פריער. ווען ער קומט אן אהיים ברויך ער סייווי ווארטן ביז איינס אזייגער אז אלע געשוויסטער זאלן אויפשטיין. נאך א לאנגע מיטינג וואס האט זיך געצויגן ביז צווייע, איז ווי פארשטענדליך געבליבן די מסקנא אז מען גייט צום טיער-גארטן. אין טיער-גארטן ווערט מען אנטוישט אז ידע צווייטע חי' פעלט פון איר שטייג, אזש עס קען זיך דאכטן אז די שטייגן זענען ספעציעל געבויט געווארן פאר שיינקייט… ביינאכט ווען מנחמ'ל גייט אין ביהמ''ד דאווענען מעריב טרעפט ער זיין חבר זבולון. ''איך בין געווען אין א זאא''. זאגט אים מנחם שעמעדיגערהייט וויסנדיג אז זיין חבר האט געהאט סאך א בעסערע טאג, און איז ערגעץ געגאנגען באזוכן א געוויסע פלאץ ווי ער האט פארברענגט פון צופרי ביז ביינאכט. ''מיין חול המועד איז נישט געווען עפעס מורא'דיג'' זאגט אים זבולון. ''איך בין געגאנגען באזוכן מיין זיידע און באבע''. אט דאס איז וויאזוי עס גייט!!!
''בענטשן גומל ביים גרעסטן מנין זאל יעדער פרעגן 'ווי ביזטו געווען?'''
פון אויבנאויף קען דאס אויסקוקן ווי א שטיקל סתירה, ווייל מען דערמאנט פריער אינעם ניגון '' מאכן זיכער יעדער ווייסט אז איך פאר אוועק אויף יו''ט, אין קאנטרי אדער לעבר הים'', אויב אזוי וויסט דאך שוין יעדער אז ער איז אוועקגעפארן (און עס מוז נישט זיין דייקא יו''ט, קען אויך זיין א גאנץ יאר)? נאר זייער פשוט, דאס זענען די מענטשן וועלכע פארמאגן נישט קיין סטאטועס און זיי האבן נישט געקענט מיטהאלטן איעדן דעטאל פון יענעמס באזוך אין פראנקרייך, אדער ווייס איך וואו… גראדע בין איך נישט אזא חסיד אז מען זאל פרעגן די שאלה, וויבאלד וואס וועט זיין ווען איר וועט אים פרעגן ''ווי ביזטו געווען?'' און יענער וועט דארפן ענטפערן ''איך בין געווען אין תפיסה?!''
''אזוי צו אזוי,
וואס פארשטייט א גוי,
ס' דאך תאוות ומחשבות לבנו
לעבדתו יתברך שמו''.
וואוינט זיך אזוי עפעס א שגצ'ל אין ארעגאן וואס ווען ער איז הונגעריג גייט ער נישט סתם אזוי צו צום שאפע און זעטיגט זיך אויף א פשוטע קיכעלע, ניין ניין, ער שפאצירט אריין אינעם נענסטן 'מעקדאנעלד' געשעפט, קויפט זיך איין א געשמאקן גיד הנשה סענדוויטש, איינגעטינקען אין שעטנז, ארויפגעשמירט אביסל סילי פאטי, און האקט אריין לעילו נשמת רעב שייע בען רעב מוישע… בשעת מעשה זיצט זיך עפעס א אידל אין די אנדערע עק אמעריקע, אין ניו יארק, איבער א טעלער געפילטע פיש, א מאכל וואס שטאמט נאך פון דער אלטער היים,ארויפגעשפריצט דערויף אביסל שארפע כריין, באגלייט מיט א קליינטשיגן מאיר'ל דערויף ספעציעל פאר דעקעראציע, און זינגט זיך אזוי אונטער מיט א דביקות ''אזוי צו אזוי, וואס פארשטייט א גוי''...
דאס איז אבער אמאל זיכער;
“איך דאנק דיר ק-ל חי,
שלא עשני גוי,
כאטשיג תאוות ומחשבות לבנו,
ס'איז לעבדתו יתברך שמו.''
-ארי ק.