אלט-שטאט ירושלים, א שטאט וואס באשטייט פון 36,000 איינוואוינער, און געפינט זיך אויסגעשפרייט אויף 220 אקער-לאנד, איז צעטיילט אין פיר באזונדערע קווארטאלן; א מוסלעמענישער, וואו עס וואוינען אין איר א געשאצטע 22,000 איינוואוינער; א קריסטליכע, מיט ארום 6,000 איינוואוינער; אן ארמענישער, מיט ארום 2,000 איינוואוינער; און להבדיל א אידישער קווארטאל אויך מיט ארום 6,000 איינוואוינער. די היסטאריע פון די ארמענישער אין ירושלים, וואס זייער קווארטאל איז דאס איינציגסטע חלק אין אלט-שטאט וואס געהערט נישט ספעציפיש פאר א געוויסע רעליגיע, גייט צוריק מיט א קנאפע 1,500 יאר צוריק, ווען א גרויסע מערהייט ארמענישע זענען ארויפגעקומען וואוינען קיין ירושלים נאכן אדאפטירן קריסטונטום פאר זייער שטאט'ס רעליגיע. ווידער אין יאר תרע"ה (915') זענען אסאך ארמעניער אנטלאפן קיין ירושלים דורכאויס דעם קריג צווישן ארמעניע און טערקיי.
דאס ערשטע מאל וואס מען זעהט ירושלים אפיציעל אנגעצייכנט אין עטליכע באזונדערע קווארטאלן צוטיילט לויט די מערהייט וואס עס האבן דאן געוואוינט, איז אויף בריטישע מאפעס פון די 840'ער יארן וואס דאס איז בערך צוואנציג יאר בעפאר מען האט שוין אנגעהויבן צו וואוינען אינדרויסן פון אלט-שטאט. עס האט זיך גראדע אויך אמאל געפינען א פינפטע קווארטאל, דער מאראקא'נישע, אויך גערופן מוגראבי, אויפן שטח פון דעם כותל המערבי, ביז דעם זעקס טאגיגן קריג אין יאר תשכ''ז (967') ווען די ציונים האבן עס חרוב געמאכט און אויסגעריסן.
אין יאר תרכ''א (861') האט אן ארגאנאזיציע פאר האלאנדישע און דייטשע אימיגיראנטן אויפגעבויט די 'בתי מחסה', א צוויי שטאק'יגן גרויסן קאמפלעקס אין א לעזונג צו די שווערע דירות קריזיס וואס האט דאן געפלאגט די שטאט. חוץ פון דעם האבן די אראבישע ארענדראר'ס אויך געפאדערט הויך געלט פון זייערע אידישע טענענטס. צען יאר דערויף האט דער רייכער באנקיר באראן ראדטשילד אויפגעבויט נאך א קאמפלעקס גלייך דערנעבן, גערופן אויף זיין נאמען. אט דאס איז געווען די לעצטע וואוינארט וואס איז געווארן אויפגעבויט אין אלטשטאט. היינט צוטאגס געפינט זיך א תלמוד תורה אין ביידע פון די בנינים. בדרך אגב, זענען די ארעסטירטע אידן דורכאויס דעם מלחמה העצמות אין יאר תש''ח (948') געהאלטן געווארן דורך ירדנ'ישע קרעפטן אין דעם בתי מחסה קאמפלעקס. די אידן זענען דאן געווארן ארויסגעטריבן פון אלט-שטאט און נישט באקומען קיין ערלויבעניש אריינצוקומען אין שטאט ביז ניינצן יאר ששפעטער ווען די ציונים האבן פארטריבן די ירדנ'ער ביים זעקס טאג'יגן קריג.
די היסטאריע פון די ירושלימ'ע מויערן
אלט-שטאט ירושלים איז ארומגענומען מיט א פעסטן חומה וואס איז געווארן אויפגעבויט אין די צייט וואס דער טערקישער סולטאן סולימאן האט געהערשט אויף ארץ ישראל. אבער בעפאר מיר גייען ארומרעדן איבער דעם חומה זעלבסט, לאמיר כאפן א בליק איבער ירושלימע מויערן אין אלגעמיין.
דאס ערשטער מאל וואס ירושלים איז געווארן ארומגענומען מיט א חומה, גייט צוריק אזוי לאנג ווי פינף-און-צוואנציג יאר נאך יציאת מצרים, וואס דאן האבן די יבוסים, איינע פון די בני כנען און דעמאלט'דיגע געוועלטיגער אויף ירושלים, ארומגענומען דעם שטאט מיט א פעסטער חומה אויס מורא פון די אנקומענדע אידן, וועלכע האבן טאקע נישט באוויזן צו אייננעמען דעם שטאט ביז אין די צייטן פון דוד המלך! (זעה סדר הדורות ב"א תע"ג) אין די צייטן פון שלמה המלך איז דער חומה געווארן אויסגעברייטערט כדאי אריינצונעמען דעם הר הבית וואס האט זיך ביז דאן געפינען אינדרויסן פון שטאט, און דארטן אויפגעשטעלט דעם ערשטן ביהמ''ק.
אין יאר ג'רי"ג (546 לפנה"ס) האט חזקי' המלך אויסגעברייטערט דעם מויער אריינצונעמען די עטליכע הייזער וואס האט זיך געפינען אינדויסן פונעם ביז דעמאלטיגן חומה, אין בעפארגרייטונג פאר אן אינוואזיע דורך מלכות אשור. (זעה דברי הימים ב' קאפיטל ל"ג פסוקים ב-ה.) דער חומה איז געבליבן שטיין ביז אין יאר ג'של"ח (422 לפנה"ס), ווען די בבליים האבן דאס צעווארפן בשעת'ן קומען חרוב מאכן דעם ערשטן בית המקדש. דער חומה האט זיך געצויגן אויף צפון זייט די גאנצע וועג אראפ ווי עס געפינט זיך היינט רחוב דוד און רחוב השלשלת, ביז גיא בן הינום אויף דרום זייט. היינט צוטאגס קען מען נאך זעהן אביסל איבערבלייבענישן דערפון אין צענטער פון דעם אידישן קווארטאל.
ווען מלכי פרס האט אין יאר ג'ת"ח געגעבן ערלויבעניש פאר די אידן זיך צוריקצוקערן קיין א"י און אויפבויען די בית המקדש האבן די אידן ווידער אויפגעבויט א חומה ארום ירושלים אין א קורצע אפשניט פון צוויי-און-פופציג טעג, אונטער דאס פירערשאפט פון נחמי’ בן חכליה. פון דאן ביז'ן חורבן, איז דער חומה געווארן אויסגעברייטערט נאך צוויי מאל כדאי צו קענען אקאמאדירן דעם כסדר'דיגן וואוקס פון די איינוואוינער'ס, וואס אלע דריי חומות האבן די רוימישע רשעים צעווארפן בשעת’ן חורבן. דאס צווייטער מאל איז געווען אין די צייטן פון הורדוס המלך, דאס וואס ווערט דערמאנט אלס "חומת השנית", און דאס דריטער מאל איז געווען אין די צייטן פון אגריפס המלך אין יאר (40 לספירת הנוצרים) דרייסיג יאר בעפארן חורבן, וואס א חלק דערפון קען מען היינט צוטאגס זעהן הארט נעבן שער שכם לאקירט אויף רחוב דרך שכם, וואס איז אנטדעקט געווארן אין תר''ב (842'), דורך דער אמעריקאנער פארשער עדווארד ראבינסאן.
ווען די ביזאטאנישע אימפעריע האט איבערגענומען א"י פון די רוימער, האבן זיי אויפגעבויט א נייער חומה וואס איז געווען געבויט בערך אויף דעם זעלבן וועג און אויף דעם זעלבן ארט וואו דאס פריערדיגע חומה איז געשטאנען, און איז איינגעווארפן דורך די קרייץ-ציגלער אין יאר 099'. ירושלים איז פון דאן געבליבן שטיין אן א חומה פאר יארן לאנג ביז אין יאר רצ"ז (537') ווען א פרישער חומה איז געווארן אויפגעבויט אונטער די טערקישער אימפעריע. דער חומה האט מען אנגעהויבן צו בויען אין יאר רצ"ז (537') און איז פארטיג געווארן אין יאר ש"ב (542'). זי שטייט זעכצן פיס ביי איר נידריגסטן ארט און אזויפיל ווי צוויי-און-פערציג פיס ביי איר העכסטן ארט. זי איז לאנג 2.5 מייל לאנג און פארמאגט פינף-און-דרייסיג טורעמ'ס!
הארט נאך שער יפו, וואס איז די מערסט באנוצט פון אלע זיבן שערים, ליגט באגראבן אין א ווינקל די צוויי ארכיטעקטן וועלכע האבן אויפגעבויט דעם מויער, וואס לויט ווי דער לעגענדע לויטעט האט דער טערקישער סולטאן זיי דער'הרג'עט צוליב דעם וואס ער האט נישט געוואלט אז אזא חומה זאל ווערן אויפגעבויט אין צווייטער שטאט. אנדערע טענה'ען אז דער סולטאן האט זיי דער'הרג'עט צוליב דעם וואס זיי האבן נישט אריינגענומען הר ציון אין דער חומה.
די זיבן טויערן
דער חומה פארמאגט זיבן אפענע שערים, און נאך אן אכטער, 'שער הרחמים', וואס איז פארשטאפט געווארן דורך די אראבער'ס, אלץ מורא פון דעם וואס עס איז אנגענומען אז ווען משיח וועט קומען וועט ער אריינגיין דורך דעם טויער. וואס פארשטייט א גוי...
מיר ברענגען דא די נעמען פון אלע שערים, פארוואס זיי רופן זיך אזוי און וואו זיי געפינען זיך:
שער יפו - דאס געפינט זיך צווישן דער ארמענישער און קריסטליכע קווארטאלן, און ווי דערמאנט פריער איז דאס דער מערסט-באנוצטער טויער פון אלע זיבן. עס רופט זיך אזוי צוליב דעם וואס אין די פארגאנגענהייט האט א וועג געפירט צום פארט שטאט יפו. אין אראביש ווערט דאס אנגערופן 'באב על-האליל' אדער 'שער חברון' צוליב דעם וואס די אנדערע זייט וועג האט געפירט צום שטאט חברון. אינעם טויער איז אריינגעקריצט א לאזונג געשריבן אין אראביש; "עס איז נישט דא נאך א ג-ט חוץ פון אלל-א, און אברהם (אבינו) איז ג-ט'ס חבר (כביכול)". אין יאר תרנ"ח (898') איז א חלק פון דער מויער נעבן דער שער געווארן אויפגעבראכן און א וועג איז געווארן אויפגעבויט, ערלויבענדיג פאר קייזער ווילהעלם דער צווייטער פון דייטשלאנד, וועלכער האט דאן באזוכט דער שטאט, צו גיבן דער מעגליכקייט צו קענען דורכפארן מיט זיין פערד. אינטערעסאנט וואלט געווען צוצולייגן אז העכער די שער איז דער חומה דורכגעלעכערט מיט קליינע לעכער אין רעזולטאט פון געשאסענע קוילן בשעת דער מלחמה העצמות.
שער שכם - פירט אריין אינעם מוסלעמענישן קווארטאל, און ווערט אזוי אנגערופן צוליב דעם וואס אין די פארגאנגעהייט האט פון דארט געפירט א וועג צום שטאט שכם. דער טויער ווערט אויך אנגערופן 'שער דמשק' צוליב וואס עס האט פונקט אזוי געפירט א וועג צום שטאט דמשק אין סיריע. דאס איז דער ערשטער טויער וואס איז פארטיג געווארן, און איז געווארן אויפגעבויט אויפן זעלבן ארט וואו די רוימער האבן אויפגעבויט א טויער אין די צייטן וואס זיי האבן געוועלטיגט אויף א"י.
שער האשפות - געפינט זיך הארט נעבן דער כותל המערבי און ווערט אזוי אנגערופן צוליב דעם וואס עס געפינט זיך הארט נעבן די נחל קדרון וואס דארט פלעגט מען פארברענען די מיסט וואס האט זיך אנגעזאמלט אויפן הר הבית.
שער האריות - פירט אריין צום מוסלעמענישן קווארטאל און ווערט אזוי אנגערופן צוליב דעם וואס אויף איר איז אויסגעשניצט עטליכע קליינע סטאטוען פון לייבן.
שער הורדוס - דאס איז דער דריטער און לעצטער טויער וואס פירט צום מסולעמענישן קווארטאל. דער נאמען קען מעגליך קומען צוליב דעם וואס אין די צייטן פון די קרייצ-ציגלער איז דארט געשטאנען א קירכע, וואס דאס איז געווארן אויפגעבויט אויפן ארט ווי מענטשן גלייבן אז דארט איז געשטאנען דאס הויז פון הורדוס המלך. עס ווערט אגב אויך אנגערופן ''שער הפרחים'' צוליב די בלומען וואס זענען אויסגעקריצט אויף איר.
שער הציון - דאס טויער פירט צום ארמענישן פערטל און שטייט אויף הר ציון וואס דאס איז דער שורש צו איר נאמען.
שער החדש - דאס איז צוגעקומען אין יאר תרמ"ט (889') כדאי צו גיבן צוטריט פאר דער קריסטליכער קווארטאל צו די נייע שכינות אינדרויסן פונעם מויער.
אויב זענט איר אמאל אריבער איינע פון די טויערן וואס זענען נאך געבליבן אריגענעל, דאן האט איר געוויס באמערקט אז די טויערן זענען ספעציעל געבויט געווארן דרייערדיג, וואס דאס איז בכוונה צו פארמיידן אן אינוואזיע פון א פיינטליכער ארמיי.
דער מגדל דוד
הארט נעבן שער יפו געפינט זיך דער אינטערסאנטער 'מגדל דוד' פעסטונג, וואס פון איר שטעקט זיך ארויס דער הויכער מאיסטעטישער טורעם, וואס איז דער העכסטער פונקט אין אלט-שטאט און קען געזען ווערן פון גאר ווייט אוועק. עס קען רואיג באטיטלט ווערן אלס דער סימבאל פון אלט-שטאט ירושלים, און גאר מעגליך פון א''י אין אלגעמיין! דאס ארט פארמאגט פיל ארכעלאגישע געפינסן וואס גייט צוריק מיט אזויפיל ווי דריי טויזענט יאר, אריינגערעכנט א חלק פון דער חומה וואס איז געווארן אויפגעבויט דורך קעניג חזקי', דא האבן די חשמונאים געווארפן שיס שטיינער אנטקעגן די יוונים, דא איז וואו דער בריון 'שמעון בר גיורא' האט זיך באנוצט מיט דעם ארט אלס א רעזארט דורכאויס די רעוואלוציע אנטקעגן די רוימער וכו', אבער די עיקר שיריים וואס איז פארהאן איז פון קעניג הורדוס' פאלאץ.
ווי דערמאנט אינעם פארגאנגענעם ארטיקל, האט מען אין די צייט פון שיבת ציון, אויפגעבויט א נייער חומה ארום דעם שטאט. אין דער צייט פון קעניג הורדוס, האט ער צוגעבויט נאך דריי טורעמ'ס צום חומה כדאי נישט נאר צו באשיצן דעם שטאט, נאר אויך צו באשיצן זיין אייגענע פאלאץ וואס איז געווען סטאנציאנירט הארט נעבן דעם ערשטן חומה. דאס העכסטער פון זיי, וואס האט דערגרייכט אן הייעך פון 144 פיס (44 מעטער), האט ער א נאמען געגעבן 'פייסל' אלס געדענקעניש נאך זיין ברודער וועלכער איז באגאנגען זעלבסטמארד בשעתן זיך געפינען אין געפענגעניש. דעם צווייטן טורעם האט ער א נאמען געגעבן 'מרים', אין עהרע נאך זיין ווייב, וועלכער איז געווען מזרע חשמונאים און וועם ער האט אומגעברענגט צוליב געוויסע חשדות, וואס ער האט אויף דעם דערנאך שטארק חרטה געהאט. זי איז באגראבן געווארן מערב זייט פונעם טורעם. דעם דריטן טויער האט ער א נאמען געגעבן 'היפיקאוס' אין עהרע פון איינע פון זיינע חברים. בלויז די פונדאמענט פון איינע פון די דריי טורעמ'ס שטייט נאך היינט, און דאס איז, לויט יוסיפין דער פייסל טורעם, וואס געפינט זיך הארט נעבן דער הויכער מגדל דוד טורעם. דורכאויס די רעוואלוציע אנטקעגן די רוימער איז דאס ארט חרוב געווארן.
א נאכגעמאכטער מאדעל פון דער פאלאץ מיט די דריי טורעמ'ס
די נאמען 'מגדל דוד' שטאמט פון די ביזאטאנישע קריסטן וועלכע האבן געמיינט אז דא איז געווען דאס ארט פון דוד המלך'ס פאלאץ, און האבן דאס א נאמען געגעבן אזוי ווי דער פאלאץ ווערט עטליכע מאל אנגערופן אין נ''ך.
ווען טויזענטער קריסטליכע עולים זענען ארויפגעקומען קיין ירושלים דורכאויס די צייטן פון די קרייצציגלער, האבן זיי אין א פרואוו זיי צו באשיצן פון וואלד רויבערס, וועלכע האבן זיך באהאלטן צווישן די וועגן פונעם פארט-שטאט יפו וואו די עולים האבן געאנקערט, אויפגעבויט א טורעם ארומגענומען מיט א חפיר אויפן מגדל דוד פעסטונג און פון דארט אכטונג געגעבן אויף די וועגן. ( א 'חפיר' איז א טיפע גראבונג ארום א פאלאץ אדער פעסטונג וואס דינט אלס באשיצונג. אין טייל פעלער האט מען צוגעלייגט אזא וואסער אין אזעלכע גרובער כדאי עס זאל שווערער צו צוקומען דערצו. אויף ענגליש ווערט דאס אנגערופן א moat.) די פעסטונג האט אויך באשיצט די נייע אויפגעבויעטע פאלאץ פון די קרייצציגלער וואס איז געווען לאקירט דרום זייט פונעם פעסטונג. נאך וואס אין יאר 260' האבן די אראבער חרוב געמאכט די פעסטונג, האט דער סולטאן על-נאסיר מוכאמאד דאס ווידער איבערגעבויט און שפעטער אונטער די טערקן איז דאס ווידער דורכגעגאנגען ערנסטע רענאוואציע'ס, ווי זיי האבן צוגעלייגט דעם באקאנטן טורעם וואס האט געדינט אלס א מעטשעט.
ווען די בריטישע האבן איינגענומען דער שטאט פון די טערקן, האבן זיי געמאלדן די מאנדאט אויף די טרעפ פון אט די פעסטונג. די ערשטע ארכעלאגישע גראבונגען אין דעם קאמפלעקס איז, אגב, פארגעקומען אין זייער צייט. דורכאויס די מלחמה העצמות, אין יאר תש''ח (948'), האבן די ירדנ'ע קרעפטן זיך באנוצט מיט דעם פעסטונג, און דורכאויס די זעקס טאגיגע קריג, אין יאר תשכ''ז (967'), האט די מדנ''י ארמיי זיי פארטריבן פון א''י. אין יאר תשמ''ח (989') איז דאס געעפענט געווארן פאר די פובליקם אלס א מוזיעאם, וואו באזוכער קענען באטראכטן היסטארישן ארט וואו איעדע אימפעריע וואס האט נאר געהערשט אויף א''י האט דארטן איבערגעלאזט זייערע אפדרוקן.
די קארדו
ווען דער רוימישער קייזער טראיינוס איז געשטארבן אין יאר ג'תתע''ז (117 למס') האבן די אידן אין א''י ענדליך אפגעאטעמט. דער נייער קייזער אדראיינוס איז געווען גינסטיג געשטימט פאר די אידן און ער האט זיי אפילו געגעבן ערלויבעניש צוריק אויפצובויען דעם ביהמ''ק! אבער דאן האבן זיך די כותים אריינגעמישט און אויפגעקלערט פארן קעניג אז אזוי וועלן די אידן רעוואלטירן אנטקעגן אים. פון דאן און ווייטער האט אדראיינוס אויסגעדרייט דעם דאשיק און האט אנגעהובן ארויפצולייגן שווערע גזירות אויף די אידן, אריינגערעכנט א פארבאט אויף היטן שבת, און דורכפירן ברית מילה'ס. אדראיינוס האט אויך ארויסגעגעבן א פארבאט אויף די אידן צו וואוינען אין ירושלים. אנשטאט לאזן די אידן אויפבויען זייער ביהמ''ק, האט ער געלאזט אויפשטעלן אויפן אן עבודה זרה אויפן הר הבית וואס איז שפעטער געווארן צוווארפן אין די צייטן פון די ביזאטאנישע אימפעריע. אין א להעכיס'דיגן שריט האט ער אויך א נאמען געגעבן א''י 'פאלעסטינע' על שם די פלישתים וועלכע זענען געווען באוואוסט אלס גרויסע צרות מאכער פאר די אידן. א טיטל וואס איז געווארן אנגעהאלטן ביז אין יאר 948'.
ווי אויך האט ער גענצליך אויסגעריסן דער היילגער שטאט ירושלים, און אויף איר געבויט א רוימישער סטיל קאלאניע, גערופן 'איליניע קאפוטיליניע'. די 'קארדו', וואס איז א לאטיינישע ווארט פאר א בונד, איז געווארן אויפגעשטעלט אין יענע צייטן אלס א שוק. עס פלעגט לויפן פון ווי עס געפינט זיך היינט שער שכם, ביז שער ציון. אין די צייטן פון די בינזאטינם, האבן זיי עס אויסגעברייטערט ווי עס לויפט היינט שוק יפו. עס איז אנדעקט געווארן אין די 970' יארן, ווי עס איז ביז היינט פרעזענטירט פאר די ציבור.
בית הכנסת הרמב''ן
אין 263' איז דער הייליגער רמב''ן געווען געצוואונגען צו אנטלויפן פון שפאניע. דאס איז געווען נאך וואס ער האט אויפן גוטהייסונג פון דער קעניג געהאט א וויכוח מיט א משומד לגבי וועלכע רעליגיע, די קריסטליכע צו להבדיל די אידישע, איז די ריכטיגע. ווען דער רמב''ן איז ארויסגעגאנגען זיגרייך, איז ער אנטלאפן צוליב דער סכנה וואס האט געהויערט אויף אים פון דער קירכע. ער איז עווענטועל פיר יאר דערויף אנגעקומען קיין ירושלים.
בלויז צוויי אידן האבן געוואוינט אין ירושלים ווען דער רמב''ן איז אנגעקומען אין דעם הייליגן שטאט. כדאי צו האבן מנין האט ער ארויפגעברענגט נאך א גרופע אידן פון חברון, און אויפגעשטעלט א ביהכ''נ הארט נעבן קבר דוד המלך. אין יאר 400' האט זיך די ביהמ''ד געצויגן צום ארט ווי עס געפינט זיך היינט צוטאגס. אין 586' האבן עס די טערקן פארשלאסן מיטן אויסרייד אז דער וואנט טיילט מיט א מעטשעט.
די אידן האבן דאן גע'עפנט א נייע ביהמ''ד, ווי עס איז מיט די צייט צוגעקומען נאך דריי בתי מדרשים, און האט באקומען דער נאמען דער 'פיר ספרד'ישע בתי כנסת'. אגב, די סיבה פארן נידריגן דאך פון ביידע בתי מדרשים, איז צוליב דער געזעץ וואס האט דעמאלט געלויטעט אז קיין שום ביהמ''ד טאר נישט זיין העכער ווי א מעטשעט.
דער ביהכ''נ הרמב''ן איז דאן פארוואנדלט געווארן אין אן אינדוסטריעל זאנע, און שפעטער ביים מלחמה העצמות איז דאס חרוב געווארן. נאכן זעקס טאגיגן קריג איז דאס ארט צוריק פארוואנדלט געווארן אין א ביהמ''ד, ווי עס איז דינט היינט אלס די עלטסטע פונקצירטע ביהמ''ד אין ירושלים.
ביהכ''נ חורבת ר' יהודה החסיד
צווישן אלע בנינים אין דעם אידישן קווארטאל שטארצט ארויס דער פראכטפולער מאיסטעטישער בית הכנסת 'חורבת ר' יהודה החסיד', אדער ווי עס ווערט גערופן אין קורצן, 'דער חורבה'. די היסטאריע פון דעם בית המדרש גייט צוריק צום יאר תס''א (700'), ווען הונדערטע עולים, אין שפיץ פון רבי יהודה החסיד, זענען ארויפגעקומען וואוינען קיין ירושלים. די לעצטע דריי יאר איז ער, דורכאויסן וועג, ארומגעפארן איבער אלע לענדער פון מזרח און צענטראל אייראפע וואו עס האבן זיך אנגעשלאסן מער און מער אשכנז'ישע עולים. ר''ח חשון איז די די גרופע וואס האט זיך געציילט ביי פופצן הונדערט נפשות, ענדליך דערגרייכט דעם הייליג שטאט ירושלים. דערמיט האָט זיך געטאָפלט די אידישע באַפעלקערונג אין ירושלים, וועלכע האָט פאַרדעם געציילט אויך אַרום 1200 צו 1500 נפשות, ביז דאַן כמעט אויסשליסליך ספרדי'שע אידן.
אבער בלויז זעקס טעג דערויף , ו' חשון, האבן די אידן געכאפט א שטארקן קלאפ, ווען זייער מנהיג איז אוועק אין יונגן עלטער פון 41 יאר. די אידן האבן זיך יעצט געפינען שטעקן געבליבן איינער אליינס צווישן מגיפות און הונגער.
אין יאר 621' איז דער של"ה הקדוש אנגעקומען קיין ירושלים, ווי ער האט אפגעקויפט א חצר נעבן דער רמב''נ'ס ביהמ''ד. דעם חצר האָט ער אָּפגעקויפט פון די אַראַבער, וועלכע האָבן דאָס אויף אַראַביש גערופן "דיר אל שכנאַז", וואָס מיינט דער הויף פון די אשכנזים. נישט לאנג דערויף האט ער זיך געצויגן קיין טברי' און דארטן אויסגעלעבט זיינע יארן.
די נארוואס אנגעקומענע אשכנזים האָבן געדונגען אַראַבישע אַרבייטער צו בויען אַ בית המדרש אין דעם חצר. זיי האָבן אָבער נישט געהאַט די מעגליכקייט צו באַצאָלן פאַר די אַרבייטער. די לאָקאַלע אידישע באַפעלקערונג איז נישט געווען וויליג זיי צו העלפן, בפרט ווען עס איז אַלץ מער קלאָר געוואָרן אַז א טייל פון זיי זענען נאכפאלגערס פון שבתה צבי ימ''ש.
די אַראַבער האָבן גערעכנט גרויסע ּפראָצענטן פאַר די געלטער וואָס מען איז זיי געבליבן שולדיג פאַר'ן בויען די שול. במשך פון צוואָנציג יאָר זענען די חובות אומגעהויער געוואַקסן. שבת קודש פרשת לך לך, ח' חשון שנת תפ"א, (720') האָבן די אַראַבער דורכגעפירט אַ ּפאָגראָם, וואס האט זיך גע'ענדיגט מיט א שריפה אויפן בית המדרש. זינט דאן איז דאס באקאנט אלס די חורבה שול.
פון דעמאלט אן איז פאר במשך איבער הונדערט יאר געווען פארבאטן פאר אשכנז'ישע אידן צו וואוינען אין ירושלים. די אַראַבער האָבן יעדן אשכנזי'שן איד געהאַלטן פאַראַנטוואָרטליך פאַר דעם חוב. פאר די וואס זענען יא געבליבן וואוינען אין ירושלים האבן געדארפט גיין אנגעטון אין ספרד'ישן לבוש, פשוט זיך צו זעלבסט באשיצן.
אין שנת תקע"ב (814') האָט אין ארץ ישראל אויסגעבראָכן אַ שווערע מגיפה. די מגיפה האָט אָנגעהאַלטן צוויי יאָר און האָט הויּפטזעכליך געבושעוועט אין גליל. טייל פון דער קהילה פון די פרושים, וועלכע זענען געווען פון די תלמודי הגר''א, זענען אַנטלאָפן פון צפת און האָבן זיך באַזעצט אין ירושלים. ווען די מגיפה האָט זיך געענדיגט זענען רוב צוריקגעפאָרן קיין צפת. געציילטע יחידים זענען געבליבן אין ירושלים, וואו זיי האָבן געגרינדעט אַן אשכנזי'שע קהילה. די קהילה איז באַשטאַנען פון 20 נפשות, בלויז 9 העכער בר מצוה. אינדערוואָכן האָבן זיי געדאַוונט מיט די ספרדים. שבת האָבן זיי געדאַוונט פאַר זיך. איין ספרדי האָט זיי געהאָלפן משלים זיין.
א טויש איז געקומען אין יאר תקצ''א (831') ווען א''י איז געווארן איינגענומען דורך דער עגיפט'ישער הערשער מוכאמעד עלי. נאך וואס אין יאר תקצ''ד האט פאסירט א שרעקליכער ערד-ציטערניש אין א''י וואס האט נישט איבערגעהיפט ירושלים, האט ער געגעבן רשות פאר די קריסטן צו איבערבויען זייערע קירכעס און מאנאסטעריעס. ווי אויך האט ער געגעבן רשות פאר להבדיל די ספרד'ישע אידן צו איבערבויען זייערע בתי מדרשים. די פרושים האבן דא געזען א גאלדענע געלעגנהייט, און זיך געוואנדען צו איבראהים פאשא, עלי'ס זון וועלכער איז דאן געווען גובערנאטור איבער א''י, און געבעטן רשות פון איבערבויען זייער בית המדרש. דער גובערנאטור האט אבער נישט מסכים געווען מיטן אויסרייד אז מען האט זיך נישט באנוצט מיט דעם בית המדרש פאר איבער די לעצטע הונדערט יאר, מה שאין כן האבן די ספרד'ישע אידן זיך יא כסדר באנוצט מיט זייערע בתי מדרשים. צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, האבן די פרושים אין יאר תקצ''ו (836'), באוויזן נאך העפטיגע שתדלנות צו באקומען רשות צו איבערבויען די אשכנז'ישע חצר, אבער נישט דער בית המדרש.
אין יאר ת''ר (840') האט טערקיי באוויזן צוריקצונעמען קאנטראל איבער א''י און צו ארויסשטויסן מוכאמעד. דורכאויס די קרימיע מלחמה מיט רוסלאנד אין יאר תרט''ו (855'), האט טערקיי באשלאסן אלס א באגנאדיגונג פאר די בריטישע וועלכע האבן זיי ארויסגעהאלפן, צו גיבן אויטאראזאציע פאר דער בריטישער פילאנטראפיסט משה מאנטיפיורי צו איבערבויען דעם בית המדרש. אין חודש אלול ניין יאר דערויף, איז פארגעקומען די חנוכת בית הכנסת, פונקט אין צייט בעפאר די הייליגע טעג. די בית הכנסת האט מען א נאמען געגעבן ''בית יעקב'' נאך דער גרויסער פילאנטראפיסט 'באראן יעקב רוטשילד' וועמענ'ס זון 'באראן אברהם בנימין' האט זיך איבערגעגעבן בלב ובנפש פאר די עניי א''י. אלנפאלס, האבן די לאקאלע איינוואוינער פארגעזעצט צו דאס רופן '' די חורבה''.
די חורבה בית המדרש איז געשטאנען אין איר פולן פראכט פאר דריי-און-אכציג יאר, אין צענטער פונעם אידישן קווארטאל וואו זי האט געדינט אלס צענטער-פונקט פאר די ארטיגע אידישע לעבן. דורכאויס די מלחמה העצמות אין יאר תש''ח (948') האבן די ירדנ'ע קרעפטן אינגאנצן צוווארפן דער בית המדרש, בלויז א טאג בעפאר די אידישע קווארטאל איז אינגאנצן געפאלן. מיט דעם אויך חרוב געמאכט אלע הייזער ארום, וואס דאס איז די סיבה פארוואס עס געפינט זיך א ליידיגן שטח הינטערן ביהמ''ד. כאטש מען האט איבערגעבויט אלע אנדערע שטחים און בנינים, האט מען אבער באשלאסן צו לאזן דעם שטח ליידיג, ווי עס דינט היינט אלס א גרויסע צענטער-סקווער.
אלט-שטאט ירושלים איז דאן געווארן פארכאפט אונטער ירדנ'ע הערשאפט, ביז אין יאר תשכ''ז (967') ווען מדינת ישראל האט איר באפרייט דורכאויס די זעקס-טאג'יגער קריג. ערב ר''ח ניסן שנת תש''ע איז געווען די גרויסער טאג ווען די חורבה בית המדרש איז באנייט געווארן אויף זעלבן ארט און אויפן זעלבן געבוי ווי זי איז אמאל געשטאנען, וואו זי דינט אלס א תל תלפיות פאר תורה און תפילה פונקט ווי אין די פארגאנגענהייט!
די חורבה שול דערגרייכט א הייעך פון פיר-און-צוואנציג מעטער, בעת וואס איר היכל איז געמאסטן אויף פערצן-ביי-פופצן מעטער. איר מאיסטעטישער צוועלף מעטער'דיגער ארון קודש איז אימפאטירט פון כערסאן, אוקריינא, און איז דאס צווייט-העכסטע אין דער וועלט.
מיר וועלן שוין אויך דא אנרירן דער גרויסער 'תפארת ישראל' ביהמ''ד. דער תפארת ישראל שול איז געווארן אויפגעשטעלט דורך רוזשינ'ע חסידים אין 872' און עס א נאמען געגעבן נאך זייער רבי'ן, וועלכער האט בייגעשטייערט פארן ביהמ''ד. דער שול ווערט אויך אנגערופן דער 'ניסן באק'ס שול' נאך דער וועלכער איז געווען די מערסטע אריינגעמישט אין די פראיעקט. פונקט ווי די חורבה, איז אויך דער תפארת ישראל שול געווארן חרוב ביי דעם מלחמה העצמות. זיבעציג יאר שפעטער האט מען ווידער אויפגעבויט דעם ביהמ''ד, און איז נאך יעצט אין די צייט, ווען מיר שרייבן די שורות, נאך אונטער קאנסטראקציע.
' הר הבית
אזויפיל זאכן זענען דא פארגעקומען. דא איז דאס ארט פון וואו די וועלט איז באשאפן געווארן, דאס ארט וואו עס איז פארגעקומען די עקידת יצחק, אזוי אויך דאס ארט וואו אונזער זיידע יעקב האט געהאט דער חלום מיטן לייטער אא''וו און אזוי אויך דאס ארט ווי ביידע בתי מקדש איז געשטאנען.
דער הר המורי', ווי עס איז פארדעם גערופן געווארן, האט דוד המלך אפגעקויפט פון ארנוה דער יבוסי ווען א מגיפה האט אויסגעבראכן. דוד האט אויף דעם ארט מקריב געווען א מזבח און דער מגיפה האט זיך אפגעשטעלט (זעה שמואל-ב' פרק כד). שפעטער האט זיין זון שלמה המלך אויסגעברייטערט דעם מויער צו אריינעמען דעם בערגל אינעם שטאט און אויף דעם אויפגעבויט דעם ערשטן ביהמ''ק.
ווען קעניג הורדוס האט באשלאסן צו איבערבויען דעם ביהמ''ק, שוין אינמיטן זמן בית שני, האט ער ארומגענומען דעם בערגל מיט מויערן פון אלע זייטן כדאי צו האלטן פלאך די ערד בשעת'ן בויען, און ווען די רוימישע רשעים האבן חרוב געמאכט דאס הייליג פלאץ איז איבערגעבליבן איין חלק פונעם מויער וואס זיי האבן געלאזט שטיין. אט דאס איז די באקאנטע כותל המערבי ווי עס איז דאס הייליגסטן ארט וואס מיר פארמאגן היינט צוטאגס. אן אנדערע ווערסיע לויטעט אז דאס האט שלמה המלך געבויט בשעת דעם ערשטן ביהמ''ק, אבער עס איז זייער שוואך אנגענומען צוליב דעם וואס עס שטימט נישט מיט עטליכע היסטארישע פרטים.
נישט דאס גאנצע וואנט וואס שטייט היינט צוטאגס איז פון הורדוס, נאר בלויז די אונטערשטע חלק. שפעטער האבן די אראבערס צוגעלייגט נאך, און שפעטער האבן די טערקן צוגעלייגט נאך קליינע שטיינער העכער דעם.
אויף דרום זייט קען מען זעהן ווי עס פלעגט זיך געפינען די 'שערי חולדה', א געדריפלטע טויער און גלייך דערנעבן א דאפלטע טויער, איינס אריינצוגיין, און איינס ארויסצוגיין. ווי אויך געפינט זיך אן איינצעלע טויער אויף מערב זייט, דעם 'שער הקפונוס' וואס האט געדינט פאר ביידע. (זעה משניות מסכת מדות פרק א' משנה ג'). די שער קפונוס איז אנטדעקט געווארן אין די מיטעלע 900' יאר-הונדערט דורך דער ענגלישער פארשער און ארמיי קאמאנדיר, טשארלס ווארען. עס געפינט זיך היינט צוטאגס דארטן ווי עס געפינט זיך דער ביהמ''ד אין די כותל טונעלן.
אין יאר 638 למס' האט דער אראבישער כאליף עומר, איינגענומען א''י פון די בינזאטנים. ער האט דאן געלאזט אויפרוימען דאס גאנצע ארט ארום דעם הר הבית פון מיסט, וואס די בינזאטנים האבן דירעקט אהינגעלייגט צו פארשוועכן דעם הייליג מקום, און דער כותל המערבי איז דאן פון פריש אנטדעקט געווארן. ווי אויך האט ער אוועקגעגעבן די הייזער וואס די בינזאטנים האבן אויפגעבויט ארום דעם ארט פאר זיבעציג אידישע פאמיליעס. עס קען געזעהן ווערן ארכעלאגיע דערפון פארנט פון דעם קשת ראבינסאן.
אין יאר 691 למס' האט דער אראבישער כאליף אבד על-מאליק, אויפגעבויט דער 'כיפת הסלע' אויפן צענטער פונעם בארג, וואס איז אנגענומען לויט זיי אלס דאס ארט וואו דער נביא מוכאמעד האט גע'ענדיגט זיין נאכט רייזע וואס ער האט אנגעהויבן אין מעקא און פון דארט ארויף אין הימל… אסאך פארמישן זיך מיט דאס אלס 'על אקצא'. אבער אין אמת'ן געפינט זיך על אקצא אינגאנצן צום דרום זייט פונעם בערגל, און איז געווארן אויפגעבויט דורך אבד על-מאליק'ס זון, על וואליד, אין יאר 701 למס'. דער גאלדענע דאך פונעם בנין איז נישט אייביג געווען גאלד. אין יאר 956' האט קעניג כוסעין פון ירדן פארקויפט זיין הויז אין לאנדאן, און מיט דעם געלט געלאזט אויפבויען א באזונדערע דאך.
בזמן הבית איז ירושלים באשטאנען פון צוויי חלקים; די 'עיר התחתון' וואס דאס האט דוד המלך איינגענומען פון די כנענים, - און דאס וואס ער האט א נאמען געגעבן 'עיר דוד' (א באזונדערע ארטיקל איבער דעם בעז''ה )- און די 'עיר עליונה' וואס דאס איז וואו מען האט זיך שפעטער אנגעהויבן צו באזעצן. דאס האט זיך געפינען דארט וואו עס געפינט זיך היינט די אידישע און ארמענישע פערטלען. כדאי צו פארלייכטערן פאר די אידן צו אנקומען צום ביהמ''ק, האט הורדוס אויך געלאזט אופבויען א וועג פון שטיגן וואס האט פארבינדן די עיר עליונה מיטן ביהמ''ק. אין יאר 842' איז דאס אנטדעקט געווארן דורך די אמעריקאנער פארשער עדווארד ראבינסאן, און ווערט טאקע גערופן 'קשת ראבינסאן' אויף זיין נאמען. עס קען ווערן באמערקט ביים כותל המערבי אינגאנצן צו רעכטס.
אינגאנצן צו רעכטס געפינט זיך פיל ארכעלאגיע פון אלע צייטן. א וואסער-לייטונג און מקוואות פון בזמן הבית, פאלאצן פון די אראבער און קרייצ-ציגלער, איבערבלייבענישן פון די רוימער און נאך פיל.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז דאס ארט זאל שוין ווערן אויסגעלייזט פון פרעמדע הענט, פון דעם שועלים הלכו בו, און די צווייטע האלב נביאה פון דעם ציון שדה תחרש, זאל שוין מקיום ווערן, דעם 'עוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלים וכו' ורחובות היער ימלאו ילדים וילדות משחקים ברחובותיה' אין אונזערע טעג, והשב כהנים לעבודתן, ולויים לשירם ולזמרם, במהרה בימנו אמן!
אלט-שטאט ירושלים איז נאך פיל מיט וואס מען קען רעדן און שרייבן, אבער מיר האבן זיך באגענוגנט בלויז מיטן עיקר, ועוד חזון למועד.
ארי ק.
א''י איז דורכאויס איר היסטאריע אריבער אונטער פארשידענע אימפעריעס:
פרס - 586 - 332 יוונים - 332 - 63 רוימער - 63 (לפנה"ס) - 324 ביזאטאנים - 324 - 638 ערשטע אראבער’ס - 638’ - 099’ קרייצ-ציגלער - 099' 291' שפעטערע אראבער’ס - 291' - 516' אטאמישע (טערקן) - 516' - 917' בריטישע מאנדאט - 917’ - 948’ מדינת ישראל - 9