אלט-שטאט ירושלים, א שטאט וואס באשטייט פון 36,000 איינוואוינער, און געפינט זיך אויסגעשפרייט אויף 220 אקער-לאנד, איז צעטיילט אין פיר באזונדערע קווארטאלן; א מוסלעמענישער, וואו עס וואוינען אין איר א געשאצטע 22,000 איינוואוינער; א קריסטליכע, מיט ארום 6,000 איינוואוינער; אן ארמענישער, מיט ארום 2,000 איינוואוינער; און להבדיל א אידישער קווארטאל אויך מיט ארום 6,000 איינוואוינער. די היסטאריע פון די ארמענישער אין ירושלים, וואס זייער קווארטאל איז דאס איינציגסטע חלק אין אלט-שטאט וואס געהערט נישט ספעציפיש פאר א געוויסע רעליגיע, גייט צוריק מיט א קנאפע 1,500 יאר צוריק, ווען א גרויסע מערהייט ארמענישע זענען ארויפגעקומען וואוינען קיין ירושלים נאכן אדאפטירן קריסטונטום פאר זייער שטאט'ס רעליגיע. ווידער אין יאר תרע"ה (915') זענען אסאך ארמעניער אנטלאפן קיין ירושלים דורכאויס דעם קריג צווישן ארמעניע און טערקיי.
די היסטאריע פון די ירושלימ'ע מויערן
אלט-שטאט ירושלים איז ארומגענומען מיט א פעסטן חומה וואס איז געווארן אויפגעבויט אין די צייט וואס דער טערקישער סולטאן סולימאן האט געהערשט אויף ארץ ישראל. אבער בעפאר מיר גייען ארומרעדן איבער דעם חומה זעלבסט, לאמיר כאפן א בליק איבער ירושלימע מויערן אין אלגעמיין.
דאס ערשטער מאל וואס ירושלים איז געווארן ארומגענומען מיט א חומה, גייט צוריק אזוי לאנג ווי פינף-און-צוואנציג יאר נאך יציאת מצרים, וואס דאן האבן די יבוסים, איינע פון די בני כנען און דעמאלט'דיגע געוועלטיגער אויף ירושלים, ארומגענומען דעם שטאט מיט א פעסטער חומה אויס מורא פון די אנקומענדע אידן, וועלכע האבן טאקע נישט באוויזן צו אייננעמען דעם שטאט ביז אין די צייטן פון דוד המלך! (זעה סדר הדורות ב"א תע"ג)
אין יאר ג'רי"ג (546 לפנה"ס) האט חזקי-הו המלך אויסגעברייטערט דעם מויער אין בעפארגרייטונג פאר אן אינוואזיע דורך מלכות אשור. (זעה דברי הימים ב' קאפיטל ל"ג פסוקים ב-ה.) דער חומה איז געבליבן שטיין ביז אין יאר ג'של"ח (422 לפנה"ס), ווען די בבליים האבן דאס צעווארפן בשעת'ן קומען חרוב מאכן דעם ערשטן בית המקדש. היינט צוטאגס קען מען נאך זעהן אביסל איבערבלייבענישן דערפון אין צענטער פון דעם אידישן קווארטאל.
ווען דריוש מלך פרס האט אין יאר ג'ת"ח געגעבן ערלויבעניש פאר די אידן זיך צוריקצוקערן קיין א"י און אויפבויען די בית המקדש האבן די אידן ווידער אויפגעבויט א חומה ארום ירושלים, אונטער דאס פירערשאפט פון נחמי’ בן חכליה. פון דאן ביז'ן חורבן, איז דער חומה געווארן אויסגעברייטערט נאך צוויי מאל כדאי צו קענען אקאמאדירן דעם כסדר'דיגן וואוקס פון די איינוואוינער'ס, וואס אלע דריי חומות האבן די רוימישע רשעים צעווארפן בשעת’ן חורבן. דאס צווייטער מאל איז געווען אין די צייטן פון הורדוס המלך, דאס וואס ווערט דערמאנט אלס "חומת השנית", און דאס דריטער מאל איז געווען אין די צייטן פון אגריפס המלך אין יאר (40 לספירת הנוצרים) דרייסיג יאר בעפארן חורבן, וואס א חלק דערפון קען מען היינט צוטאגס זעהן הארט נעבן שער שכם לאקירט אויף רחוב דרך שכם, וואס איז אנטדעקט געווארן אין תר''ב (842'), דורך דער אמעריקאנער פארשער עדווארד ראבינסאן.
ווען די ביזאטאנישע אימפעריע האט איבערגענומען א"י פון די רוימער, האבן זיי אויפגעבויט א נייער חומה וואס איז געווען געבויט בערך אויף דעם זעלבן וועג און אויף דעם זעלבן ארט וואו דאס פריערדיגע חומה איז געשטאנען, און איז איינגעווארפן דורך די קרייץ-ציגלער אין יאר 099'. ירושלים איז פון דאן געבליבן שטיין אן א חומה פאר יארן לאנג ביז אין יאר רצ"ז (537') ווען א פרישער חומה איז געווארן אויפגעבויט אונטער די טערקישער אימפעריע. דער חומה האט מען אנגעהויבן צו בויען אין יאר רצ"ז (537') און איז פארטיג געווארן אין יאר ש"ב (542'). זי שטייט זעכצן פיס ביי איר נידריגסטן ארט און אזויפיל ווי צוויי-און-פערציג פיס ביי איר העכסטן ארט. זי איז לאנג 2.5 מייל לאנג און פארמאגט פינף-און-דרייסיג טורעמ'ס!
הארט נאך שער יפו, וואס איז די מערסט באנוצט פון אלע זיבן שערים, ליגט באגראבן אין א ווינקל די צוויי ארכיטעקטן וועלכע האבן געבויט דעם מויער, וואס לויט ווי דער לעגענדע לויטעט האט דער טערקישער סולטאן זיי דער'הרג'עט צוליב דעם וואס ער האט נישט געוואלט אז אזא חומה זאל ווערן אויפגעבויט אין צווייטער שטאט. אנדערע טענה'ען אז דער סולטאן האט זיי דער'הרג'עט צוליב דעם וואס זיי האבן נישט אריינגענומען הר ציון אין דער חומה.
די זיבן טויערן
דער חומה פארמאגט זיבן אפענע שערים, און נאך אן אכטער, 'שער הרחמים', וואס איז פארשטאפט געווארן דורך די אראבער'ס, אלץ מורא פון דעם וואס עס איז אנגענומען אז ווען משיח וועט קומען וועט ער אריינגיין דורך דעם טויער. וואס פארשטייט א גוי...
מיר ברענגען דא די נעמען פון אלע שערים, פארוואס זיי רופן זיך אזוי און וואו זיי געפינען זיך:
שער יפו - דאס געפינט זיך צווישן דער ארמענישער און קריסטליכע קווארטאלן, און ווי דערמאנט פריער איז דאס דער מערסט-באנוצטער טויער פון אלע זיבן. עס רופט זיך אזוי צוליב דעם וואס אין די פארגאנגענהייט האט א וועג געפירט צום פארט שטאט יפו. אין אראביש ווערט דאס אנגערופן 'באב על-האליל' אדער 'שער חברון' צוליב דעם וואס די אנדערע זייט וועג האט געפירט צום שטאט חברון. אינעם טויער איז אריינגעקריצט א לאזונג געשריבן אין אראביש; "עס איז נישט דא נאך א ג-ט חוץ פון אלל-א, און אברהם (אבינו) איז ג-ט'ס חבר (כביכול)". אין יאר תרנ"ח (898') איז א חלק פון דער מויער נעבן דער שער געווארן אויפגעבראכן און א וועג איז געווארן אויפגעבויט, ערלויבענדיג פאר קייזער ווילהעלם דער צווייטער פון דייטשלאנד, וועלכער האט דאן באזוכט דער שטאט, צו גיבן דער מעגליכקייט צו קענען דורכפארן מיט זיין פערד.
שער שכם - פירט אריין אינעם מוסלעמענישן קווארטאל, און ווערט אזוי אנגערופן צוליב דעם וואס אין די פארגאנגעהייט האט פון דארט געפירט א וועג צום שטאט שכם. דער טויער ווערט אויך אנגערופן 'שער דמשק' צוליב וואס עס האט פונקט אזוי געפירט א וועג צום שטאט דמשק אין סיריע. דאס איז דער ערשטער טויער וואס איז פארטיג געווארן, און איז געווארן אויפגעבויט אויפן זעלבן ארט וואו די רוימער האבן אויפגעבויט א טויער אין די צייטן וואס זיי האבן געוועלטיגט אויף א"י.
שער האשפות - געפינט זיך הארט נעבן דער כותל המערבי און ווערט אזוי אנגערופן צוליב דעם וואס עס איז אנגענומען אז ביי דעם ווינקל האט מען ארויסגעטראגן די מיסט פונעם ביהמ"ק.
שער האריות - פירט אריין צום מוסלעמענישן קווארטאל און ווערט אזוי אנגערופן צוליב דעם וואס אויף איר איז אויסגעשניצט עטליכע קליינע סטאטוען פון לייבן.
שער הורדוס - דאס איז דער דריטער און לעצטער טויער וואס פירט צום מסולעמענישן קווארטאל. דער נאמען קען מעגליך קומען צוליב דעם וואס אין די צייטן פון די קרייצ-ציגלער איז דארט געשטאנען א קירכע, וואס דאס איז געווארן אויפגעבויט אויפן ארט ווי מענטשן גלייבן אז דארט איז געשטאנען דאס הויז פון הורדוס המלך. עס ווערט אגב אויך אנגערופן ''שער הפרחים'' צוליב די בלומען וואס זענען אויסגעקריצט אויף איר.
שער הציון - דאס טויער פירט צום ארמענישן פערטל און שטייט אויף הר ציון וואס דאס איז דער שורש צו איר נאמען.
שער החדש - דאס איז צוגעקומען אין יאר תרמ"ט (889') כדאי צו גיבן צוטריט פדער קריסטליכער קווארטאל צו די נייע שכינות אינדרויסן פונעם מויער.
אויב זענט איר אמאל אריבער איינע פון די טויערן וואס זענען נאך געבליבן אריגענעל, דאן האט איר געוויס באמערקט אז די טויערן זענען ספעציעל געבויט געווארן דרייערדיג, וואס דאס איז בכוונה צו פארמיידן אן אינוואזיע פון א פיינטליכער ארמיי.
---------------------------------------------------------------------
כדאי צו פארשטיין מער וועלכע אימפעריעס האבן געהערשט אויף א"י מיט די יארן, האבן מיר דא בייגעלייגט א פינקטליכער סדר וועלכע אימפעריע האט געהערשט אין וועלכע יארן:
פרס - 586 - 332 יוונים - 332 - 63 רוימער - 63 (לפנה"ס) - 324 ביזאטאנים - 324 - 638 ערשטע אראבער’ס - 638’ - 099’ קרייצ-ציגלער - 187' - 099' שפעטערע אראבער’ס - 516’ - 187'- אטאמישע (טערקן) - 917' - 516'- בריטישע מאנדאט - 917’ - 948’ מדינת ישראל - 948' …