Sponsor & Have Your Ad Here
יו''ט שבועות, חוץ וואס דער אויבערשטער האט אונז דאן אויסגעוועלט אלס דער עם הנבחר, איז עס אויך דער יארצייט פון עטליכע צדיקים, אריינגערעכנט דער הייליגער בעל שם טוב ווי הונדערטער אידן נעמען זיך צוזאמען אין די לעצטע עטליכע יארן צו זיין אויף יו''ט אין מעזיבוש, מקום מנוחתו פונעם גרויסן צדיק. צווישן די הונדערטע אידן האב איך אויך געהאט די זכי' צו זיין היי יאר אויף יו''ט אין מעזיבוש אין צוזאמהענג פון עטליכע חברים מיינע.
ארויסגעפארן זענען מיר פון בן-גוריון לופטפעלד דאנערשטאג אינדערפרי. היות וואס צוליב'ן מצב המלחמה ווען עס פליען נישט קיין פליגערס אריין און ארויס פון אוקריינא, האבן מיר גענומען א פליגער קיין קראקע, פוילן, וואס איז געווען פון די ''וויז'' לופטליניע. פון קראקע האבן מיר גענומען א באן ביזן שטאט פשעמישל וואס געפינט זיך הארט ביים גרעניץ. ווי די פלאן האט געלויטעט וועלן מיר פון דארטן און ווייטער נעמען די באן ביז כמעלניצק, ווי פון דארטן וועט מען נעמען א קאר קיין מעזיבוש. היות מיר האבן געזעהן אז מיר האבן נאך אסאך צייט ביז אונזער באשטימטע באן, האבן מיר גענומען א קאר קיין ליזענסק, וואס געפינט זיך א שעה ווייט פון דארט, ווי מען איז ארויף צום ציון, געדאוונט מנחה און דאן צוריקגעפארן צום באן סטאנציע.
זעקס שעה האט עס גענומען פון פשעמישל ביז כמעלניצק. אויפן באן האבן זיך געפינען נאך אסאך אידן וועלכע האבן זיך געוואנדן צום זעלבן דעסטינאציע. פרייטאג, זעקס אזייגער פארטאגס זענען מיר אנגעקומען קיין כמעלניצק און פון דארט גענומען א קאר קיין מעזיבוש. נאכן באשטעטיגן אונזער דירה זענען מיר געגאנגען דאווענען שחרית און זיך געגרייט אויף שב''ק.
אין באן סטאנציע אין פשעמישל
שפעטער נאכמיטאג, ווען איך האב אוועקגעלייגט מיינע מוקצה זאכן, האב איך, אויף אלע מיינע שונאים געזאגט, מיר דאן געכאפט אז איך האב איבערגעלאזט מיין פאספארט אויפן באן… בין איך שנעל געלאפן צום פראנט טישל און ווי עס איז דאן געזיצן אן אוקריינישער שייגעץ און אים געפרעגט צו ער קען קאנטאקטן די השבת אבידה פונעם באן. ווען איך האב באקומען א קאלטע ניין האב איך אים מסביר געווען אז מען רעדט פון אן איבערגעלאזטער פאספארט. ''הער זיך איין'', בעט ער מיר. ''די השבת אבידה דא אין אוקריינא איז גאר שוואך. זיי קענען דיר לאזן הענגן פאר דריי שעה, און דערנאך קומען זיי צוריק זאגן אז מען טרעפט נישט גארנישט. איך וועל פרובירן,'' זאגט ער מיר ''זאלסט אבער וויסן אז די שאנס איז איינס פון הונדערט!'' ער האט אויך צוגעלייגט אז אויב וואלט זיך עס גערעדט פון סיי וואספארא אנדערע חפץ וואלט ער ניטאמאל פרובירט. נישט לאנג דערויף איז געקומען די שרעקעדיקע ''זיי טרעפן עס נישט''.
זונטאג ערב יו''ט, נאך א נסיעה קיין אומאן און ברסלב, בין איך געגאנגען פרובירן מיין מזל ביים באן סטאנציע אין כמעלניצק, די סטאנציע ווי איך האב געהאט אראפגעגאנגען. דער געדאנק דערפון איז געווען וויבאלד איך האב געלאזט מיין פאספארט צוזאמען מיטן בילעט ווי עס שטייט אז איך האב אפגערייזט קיין כמעלניצק. ווען איך האב געזעהן אז דער באאמטע דארטן קענען נישט קיין משהו ענגליש האב איך געבעטן מיין טעקסי דרייווער זאל קומען ארויסהעלפן די מצב. דער דרייווער האט עס גערן אנגענומען, אבער נישט איידער ער האט מיר ווי א טיפישער אוקריינישער אנגעזאגט אז ער גייט מיר בעטן בעטן אן עקסטערע טיפ פאר דעם… למעשה איז מיר ב''ה געלונגען צו האלטן ביים פרייז וואס מיר האבן אפגעמאכט בעפאר.
אין ברסלב
בעצם וואלטן מיר געקענט שרייבן אן עקסטערן ארטיקל איבער ווי שיין יו''ט איז געווען דארט, ווען נישט דאס איז נישט די סיבה אויף וואס מיר האבן זיך געזעצט שרייבן… אזוי בין איך אריין אין יו''ט אנגעצויגענערהייט ווען איך ווייס נישט וואס צו טון ווייטער. אדערווייל האב איךנאכנישט געלאזט וויסן פאר מיינע עלטערן דערפון, פשוט וויבאלד ווילאנג עס פעלט נישט אויס אז זיי זאלן וויסן פארוואס סתם מאכן אנגעצויגן?
פארשטייט זיך אליין אז ערב יו''ט איז מען אריין צום ציון ווי מען האט זיך אויסגעבעטן אן הייסע תפילה, און טאקע די צווייטע נאכט יו''ט האט די ישועה אנגעהויבן צו קומען. נעבן מיר איז דאן געזיצן אן יונגערמאן פון א''י וואס האט זיך אנגערופן הויעך אז פאר א בחור וועלכער געפינט זיך דא איז געלונגען אנצוקומען אן קיין טיקעט. כשמו כן הוא! האב איך דאן געטראכט צו מיר צו זאל איך אים זאגן איבער מיין סיטואציע אדער נישט. למעשה האב איך באשלאסן אז יא, וויבאלד מען קען קיינמאל נישט וויסן ווער עס קען ארויסהעלפן אין אזא מצב. וכך עשה.
יו''ט אינדערפרי איז דער יונגערמאן צוגעקומען צו מיר אינמיטן מוסף און מיר געבעטן אז ער וויל רעדן מיט מיר נאכן דאווענען. אין מיין קאפ איז שוין געלאפן ווילדע מחשבות פון אלע זייטן וואס ער גייט מיר יעצט זאגן. סיי גוטע, און סיי די פארקערטע… עס איז דאך געווען קוים צוויי-דריי טעג נאך וואס אוקריינא האט באמבאדירט א רוסישע לופט-באזע, און וויבאלד ביי דעם יונגערמאן איז שוין אויס יו''ט האט ער שוין זיכער געהערט אז די רוסישע האבן צוריק באמבאדירט די הויפטשטאט קיעוו, און ס'איז א סכנה אראפצופארן צו דער אמעריקאנער אמבאסאדע… למעשה האט ער מיר ב''ה געלאזט וויסן גוטע נייעס! ער מיר מודיע געווען אז דא אויפן ארט געפינט זיך ר' שמעון כהן, זון פון הר''ר הלל כהן הי''ו, א באקאנטער עסקן און כלל טוער אין אוקריינא, און אז איך זאל גיין רעדן מיט אים.
וכך עשה, און מוציו''ט בין איך געגענגען שאפן זיין נומער אין פאל עס פעלט זיך אויס, און מיטן הילף פון אן יונגערמאן, א פעטער פון א חבר מיינער, האב איך געשאפט די נומער פונעם אמבאסאדע און ארלעדיגט א בילעט פארן באן קיין קיעוו, מיט וואס איך בין ארויסגעפארן מיטוואך זעקס אזייגער פארטאגס.
שטייענדיג אזוי עלנד אליין אינעם באן סטאנציע אין כמעלניצק קומט צו מיר צו א פרוי און שטעלט זיך פאר אלס איינע פון די ארטיגע אידישע געמיינדע פון כמעלניצק. האב איך שוין געשפירט א שטיקל דערלייכטערונג אז נאך א איד געפינט זיך מיט מיר אויפן באן, טראץ וואס מיר זענען בכלל נישט געזיצן אינעם זעלבן וואגאן. פיר שעה נעמט עס מיטן באן פון כמעלניצק ביז קיעוו. אויפן וועג נאך א תפילת שחרית האט מען מתפלל געווען אן הייסע תפילת הדרך, עפעס וואס איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט ביז דאן! אויפן וועג וועג האב איך אנגערופן די אמבאסאדע צו באשטעלן אן אפוינטמענט, אבער זיי האבן מיר ערשט געגעבן פאר דאנערשטאג אינדערפרי, א טאג דערויף. זיי האבן מיר אויך קלאר געמאכט אז איך ברויך אראפגיין אין פאליציי סטאנציע און מיט זייערס א סטעיטמענט אראפקומען צו זיי. די ערשטע זאך ביים אנקומען אין קיעוו האב איך זיך געוואנדן צום ארטיגן השבת אבידה וואס האט דארטן שוין יא אויסגעזעהן ווי א מאסיווע אפאראט, מיט אן אנגעפילטע צימער פון איבערגעלאזטע חפצים. ווען זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן עס נישט, זענען מיינע פיס געוואנדן געווארן צום וועג ארויס פונעם סטאנציע.
דער באן סטאנציע אין קיעוו
''איך נעם יעצט די מעטרא צום ביהמ''ד'' קומט צו מיר צו דער פריער דערמאנטע פרוי וועמען איך האב אנגעטראפן אין באן סטאנציע. ''אויב דו ווילסט קענסטו מיטקומען מיט מיר''. איך האב איר העפליך באדאנקט און זיך אנטזאגט.
אוקריינא איז א דריטע וועלט לאנד מיט אלטמאדישע שטעטליך וועלכע באשטייען פון אלטע הייזער, מיט אויסגעשאסענע פענסטערס, שוואכע עלעקטערציטעט, צוזעצטע ראודס אא''וו. אבער דאס איז אלעס בלויז ווען עס קומט צו די אוקריינישע שטעטליך. אבער ווען עס קומט צו די גרויסע שטעט, א שטייגער ווי קיעוו, רעדט מען יא פון א נארמאלע מסודרדיגע שטאט, מיט פארשידענע געשעפטן, צענדליגע שאפינג מאל''ן און האטעלן, שיינע הויכע ארכיטעקטור אא''וו. די ארטיגע טראנספארטציע באשטייט פון אלטע געלע באסעס (נישט די סארט וואס מיר קענען פון אמעריקע…) און פון די 'טרעמס' וואס פארן דורך די גאנצע שטאט, און פון די מעטרא (אונטערערדישע באנען).
בילד פון קיעוו, אוקריינא
פונעם סטאנציע זענען מיינע טריט געוואנדן געווארן צום פאליציי סטאנציע וואס געפינט זיך הארט דערנעבן. פאר דירעקציעס האב איך אנגעפרעגט די לאקאלע איינוואוינער. אינעם סטאנציע האבן בלויז צוויי פאליציאנטן געקענט א פליסיגן ענגליש און זענען געווען זייער שיין צו מיר. כאטש וואס קיעוו איז יא א נארמאלע געהעריגע אוועקגעשטעלטע שטאט, קוקט אבער די פאליציי סטאנציע יא אויס ווי ליבערשט אין א דריטע וועלט לאנד. זעענדיג אז זיי זענען גענוג שיין צו מיר און אז איך קען מיר ארומווערטלען מיט זיי, האב איך זיי שטרענג פארלאנגט אז היות מיין מדינה העלפט זיי ארויס אינעם קריג, ברויכן זיי מיר יעצט העלפן… האבן זיי אנגעהויבן א גאנצע פאליטיק שמועס אז אמעריקע העלפט זיי בלויז ווייל זיי מוזן, און האבן ארומגעלאכט דארט.
נאכן פארברענגען דארט נאנט צו א שעה צייט אויסצופארשן די גאנצע מעשה, האבן זיי מיר באפוילן אראפצוגיין צום אמבאסאדע אויספילן א געצע מעשה און צוריקקומען צו די פאליציי וועלכע גייען עס איבערטייטשן אויף אוקרייניש און עפענען א געהעריגע קעיס. ווען איך האב זיי געפרעגט איבער דירעקציעס, האט עס אויסגעזעהן ווי עס איז ממש א שפאן אוועק… און אזוי האב איך מיר ארויסגעלאזט אויף די גאסן פון קיעוו.
אויפן פראגע צו איך האב געשפירט סיי וואספארא אנטיסימיטיזם איז דער ענטפער אזוי; איך באקומען גאר אסאך מאדנע בליקן אין מיין ריכטונג, איך ווייס אבער נישט צו פון האס אויס, צו עס איז זיי סתם געווען אינטערסאנט צו זעהן איינעם מיטן א דיקן בעקיטשע, וועלכער טראגט א רוקן-זאק, מיט א פלאכן היט אויפן קאפ, ווען עס הענגען צוויי לאקשן אין די זייט פונעם קאפ… ווי אויך האב איך עטליכע מאל געהאט וואס מענטשן זענען צוגעקומען צו מיר און זיך אנגעטראגן פאר הילף. גראדע האב איך איין מאל געהאט וואס איינער האט מיר געפרעגט שטרענגערהייט צו איך בין א איד. איך געדענק נישט פונקטליך וואו עס איז געווען.
צוריק צום ענין, ווען איך האב געזעהן אז דער וועג צום אמבאסאדע איז גארנישט אזוי פשוט וויאזוי איך האב פארשטאנען פון די פאליציי, און צו וועמען איך האב אנגעפרעגט פון די דורכגייער האב איך צו זיי גערעדט דור הפלג'יש, האב איך אנגעפרעגט די וועכטער ביי די יאפענעזער אמבאסאדע, און ער האט מיט מיר אנגעגעבן דירעקציעס מיטן באן. ווי פון הימל איז דאן געקומען אראפצופליען א מאן אויף א ביציקל מיט צושטרויבלטע האר אנגעטון אין אן העל-בלוי'ען אנצונג, און מיר אנגעטראגן פאר הילף. ווען איך האב אים געזאגט וואס איך ברויך, האט ער שנעל צוריקגעצויגן פון זיין ווייזן אז ער קען ענגליש און אפגעצויגן פון שטח… זעענדיג איז איך האב נישט קיין צווייטע אויסוואל האב איך צוריק געמאכט מיין וועג צום באן סטאנציע, דארטן ווי עס זענען זיצן אפ מערערע טעקסיס ווארטנדיג אויף קונדן, גענומען א קאר און געמאכט מיין וועג צום אמבאסאדע.
''פאספארט ביטע'' פארלאנגט מיר דער וועכטער ביים אנקומען צום אמבאסאדע. האב איך אים מסביר געווען אז ממש פאר דעם בין איך דא… ווען ער האט מיר געבעטן פאר סיי וואספארא אינטענדיפיקאציע, האב איך אים געגעבן ביין 'בארדינג פעס' מיט וואס איך בין געקומען צו פליען וואס עס שטייט מיין נאמען אבער נישט מער פון דעם. די זעלבע זאך האט זיך איבערגעשפילט אינעם אמאבאסדע און מיר פארגעהאלטן אז מען האט דאך אפגעשמועסט פאר אן אפוינמענט אויף מארגן. האב איך זיי מסביר געווען אז די פאליציי האט מיר אהערגעשיקט אויספילן א צעטל דא און מיט דעם צוריקגיין צו זיי. וואונדער איבער וואונדער האבן זיי אנגעהויבן די פראצעדור פאר א נייעם פאספארט און מיר געגעבן א צעטליך אויסצופילן און איך בין קיינמאל נישט צוריקגעגאנגען צו די פאליציי.
אמעריקאנער אמבאסאדע אין קיעוו, אוקריינא
פאר א פאספארט בילד האבן זיי מיר געגעבן א צעטל מיט אן אדרעס ווי איך זאל זיך ווענדן צו, אבער באשעפער איינציגער, עס איז מיין ערשטע מאל אין דעם ווילד פרעמדע שטאט, וויאזוי פונקטליך דארף איך וויסן וויאזוי אנצוקומען דארט? האב איך געפרעגט דער וועכטער דארט ווי אזוי מען קומט אן צו דעם אדרעס, האט ער מיר נישט מער ווי גע'ענטפערט אז איך זאל נעמען די טרעם. איז קודם האב איך מיר געוואנדן צום סטאנציע מיטן פלאן אז מען וועט זיך נאכפרעגן. ווארטנדיג ביים סטאנציע מיט א רוקן-זאק מיט די אויגן אריינגעבליקט אין דעם אדרעס ,קומט צו מיר צו א פארשוין מיר אנטראגנדיג הילף. ער זאגט מיר אז ער האלט זיך יעצט אינמיטן לערנען ענגליש און דא האט ער געטראפן א געלעגנהייט ווי צו פראקטיצירן… מיט זיין הילף פונקטליך ווי איך זאל אראפגיין בין איך אנגעקומען צום געשעפט, און נאך א שנעלע מעשה האב איך גענומען א טעקסי פון א דערנעבנדן גאז סטאנציע, וואס האט ווי פון הימל געווארט אויף מיר. בעצם וואלט איך געקענט נעמען די טרעם פאר די וועג צוריק, און וואלט מיר אויך אויסגעקומען ביליגער. אבער היות דער אמבאסאדע האט מיר אנגעזאגט אז אויב ברויך איך א פארטיגן פאספארט נאך בו ביום, דארף איך זיין דארט צוריק אין אינצווישן די קומענדיגע שעה צייט. אלזא, האב איך נישט געוואלט נעמען די ריזיקע. דער גאנצע פראצעדור, אריינגערעכנט דאס גיין נעמען א בילד, האט גענומען אונטער צוויי שעה, און געקאסט א קיימא לן פון 160 דאלאר.
שוין, יעצט מיט א פרישן פאספארט דארף מען זיך ארויסזעהן פון די מדינה. איך האב אנגעהויבן ארומצושפאצירן אין די גאסן פונעם שטאט, ווען מיטאמאל טרעף איך זיך פארנט פונעם פאלאץ פון פרעזידענט זעלענסקי… אזוי פשוט, ממש נעבן הויכע באוואוינטע בנינים וואוינט דער אוקריינישער פרעזידענט… פארשטייט זיך אז אזא מאמענט דארף מען פאראייביגן, און איך נעם ארויס מיין קאמערא און נישט וואוסנדיג פון קיין צרות צו זאגן, געב איך א בליץ מיט מיר אינעוויניג. פלוצלינג שפרינגט ארויס א ברייט-ביינערדיגער הויכער סאלדאט און רופט מיר אריבער די אנדערע זייט, און בעט מיר אז איך זאל אים דערלאנגען מיין קאמערא, ווייל ער וויל אויסמעקען דעם בילד. אבער צו מיין שלימזלנות (ליין: גוט מזל…) האט פונקט דאן נישט געארבעט די בילדער קנעפל. דער סאלדאט וועלכער האט נישט געקענט קיין ווארט ענגליש האט ארויסגענומען זיין איבערטייטשער מאשינקע און מיר פארגעהאלטן פארוואס איך האב בלאקירט די סקרין. ווען איך האב אים געבעטן אז איך וויל עפעס צוריקזאגן אינעם מאשין האט ער נישט מסכים געווען מיר האלטנדיג אלס אן רוסישער שפיאן… ער האט געהאלטן דעם קאמערא אין זיין האנט בעת וואס איך עקשן מיר אז איך גיי נישט אוועק ביז ווילאנג ער גיבט מיר עס צוריק. א פארבייגייער וועלכער האט באמערקט די גאנצע סיטואציע האט אנגעהויבן רעדן צו מיר אין אוקרייניש. ווען איך האב אים געזאגט אז איך קען בלויז ענגליש האט ער אנגעהויבן רעדן מיטן סאלדאט. כאטש וואס איך קען נישט קיין אוקרייניש האב איך פארשטאנען אז דער פארשוין שתדל'ט לטובת מיר, אבער דער סאלדאט עקשנ'ט זיך. ביז איינער וועלכער האט געקענט ענגליש איז ענדליך אנגעקומען, און איך האב צוגעזאגט אז איך גיי עס אויסמעקן. די שאלה איז נאר געבליבן ווען מען גייט עס אויסמעקן…
ביים פאלאץ פון פרעזידענט זעלענסקי
פון דארט האט מען גענומען די טרעם צום באן סטאנציע זוכנדיג פאר א בילעט מיט די באן קיין פוילן. אבער צום באדויערן איז דער קומענדיגע באן געווען דאנערשטאג ניין אזייגער ביינאכט. דאן האב איך אנגערופן דער אויבנדערמאנטער שמעון כהן און אים געפרעגט וואס איך טו דא ווייטער. איז קודם האט ער מיר געשיקט א טעקסי פון דארט צום 'קיעוו אידישע געמיינדע צענטער' וואס געפינט זיך אונטערן בעלות פון הר''ר יעקב דוב בלייך שליט''א, און פארמאגט א ביהמ''ד, א מקווה, אן היימישע רעסטעראונט, און אן אכסניא ווי צו איבערשלאפן. נאכן ערלעדיגן א צימער איז מען געגאנגען עפעס טועם זיין אינעם רעסטאראונט, זיך דערכאפנדיג דאס הארץ נאכן כמעט גארנישט עסן אגאנצן טאג. ווי האט הרב כהן זיך אויסגעדרוקט צו מיר, די פרייזן פונעם רעסטעראונט איז ממש ווי בחינם אנטקעגן די פרייזן פון די אמעריקאנע רעסטעראונטן…
ביהמ''ד פון הרב בלייך שליט''א
איינזעענדיג אז איך וועל בלייבן אויף שבת אין קראקע, האב איך געשפירט פאר א פליכט צו לאזן וויסן מיין ראש ישיבה דערוועגן מיטן פלאן אז דערנאך וועל איך לאזן וויסן פאר מיין פאטער זאל זיין געזונט וועלכער האט נאכאלס נישט געוואוסט איבער די גאנצע סיטואציע… בהשגחה פרטית איז מיין ראש ישיבה פונקט דאן געזיצן מיטן אדמיניסטראטאר און געטראפן א פליגער פאר פרייטאג צען אזייגער אינדערפרי פון די ''סאנדאר'' לופטליניע (א פליגל פון די ''על-אל'' לופטליניע). דער לעצטער זיץ וואס איז נאך געווען בנמצא! פון דארטן האב איך געלאזט וויסן פאר מיין פאטער און מען האט פארשאפט א קאר פון אומאן עקספרעס פאר מארגן.
לאקאלע אידן אין קיעוו, אוקריינא
זיבן דרייסיג אינדעפרי האט מיר שוין די קאר אפגעווארט. דער וועג, וואס איז אויך באשטאנען פון אן אפשטעל אין בארדיטשוב, איז געווען גאנץ געשמאק, אחוץ פונעם פיר אהאלב שעה ביים גרעניץ… ממש ווי א גאולה האט זיך געשפירט ווען מען איז ענדליך אריבער דעם גרעניץ עלף אזייגער ביינאכט, זיך פילנדיג ווי איך בין אנגעקומען צו א לאנד פון עס פליען געהעריג ארויס פליגערס, א לאנד ווי עס וואוינען אויפגעקלערטע מענטשן, א לאנד ווי עס איז פאראן געשמאקע אויסגעפלאסטערטע וועגן, א לאנד ווי עס זענען איבעראל פאראן גאסן לעמפ אא''וו.
בערך איינס אזייגער איז מען אנגעקומען צום קראקע לופטפעלד, און דער דרייווער מיינער וועלכער האט נישט געקענט קיין ווארט ענגליש נאר אלעס געגאנגען מיטן איבערטייטשער מאשין, האט פארלאנגט זיין געלט. האב איך אים געזאגט אז מען האט אפגעשמועסט אז מען גייט צאלן דורך א קוויק-פעי. האט ער אבער צוריק גע'טענה'עט אז ער האט קיינמאל נישט באקומען זיין געלט, און דערביי האט ער אנגעהויבן צו שעלטן און מיר געסטראשעט אז ער גייט מיר הרג'ענען (רח''ל)... עס איז דאך נישט געווען מיין ערשטע און נישט צווייטע מאל אין אוקריינא, און שוין קענענדיג אביסל זייערע קולטור האב איך זיך א גאנצע צייט גערישט אויף אזא סיטואציע. נאך א לאנגן דין הדברים האט ער ענדליך דערגרייכט זיין מענעדזשער וועלכער האט אים געזאגט אז מען האט שוין באצאלט פארן אפיס און די געלט גייט בקרוב אנקומען צו אים. דאן האב איך געמאכט קאנטאקט מיט א חשוב'ן בחור ח. איזראעל, וועלכער האט מיר געשיקט א טעקסי אפנעמען פונעם לופטפעלד. אבער נאכן ווארטן גאר א לאנגער צייט און נישט טרעפן מיין טעקסי, און איך האב שוין דאן נישט פארמאגט קיין סערוויס אויך נישט, בין איך אריין אין לופטפעלד, אראפגעלייגט מיין רוקן-זאק אויפן ערד, זיך אויסגעצויגן און אריינגעפאלן אין א טיפן שלאף…
נאך עטליכע מינוט וועק איך מיר אויף דורך נישט קיין צווייטער ווי הבה''ח ח. איזראעל, וועלכער האט מיט זיין גוט הארץ מיר געקומען אפנעמען! דערביי האט ער מיר געברענגט עסן פונעם רעסטעראונט וואס ער האט פונקט יענע וואך גע'עפנט. זאל עס זיין מיט אסאך מזל! ער האט מיר אפגעפירט צו אים אינדערהיים ווי איך בין איבערגעשלאפן יענע נאכט. (ליין: אינדעפרי. עס איז שוין דאן געווען נאכן עלות השחר…) געשלאפן בין איך פאר פונקטליך פיר שעה און דערנאך גענומען א טעקסי צום לופטפעלד.
אנקומענדיג צום טשעק-אין אינעם לופטפעלד האט זיך אנגעהויבן פרישע צרות… נעמליך, וויבאלד איך האב ממש יעצט באקומען א נייעם פאספארט, האב איך נאכנישט אנגעיאגט צו מאכן א נייעם וויזע. ווען איך האב געזעהן אז דער מצב איז זייער נישט גוט, האב איך געטון דעם אלעמען באקאנטן סגולה און זיך אנגערופן ''ר' ישעי' בן ר' משה האט געזאגט, אדער וועסט זיך לייגן אדער זיך בייגן'' און דערביי ''ר' ישראל בן ר'אליעזר''. וואונדער איבער וואונדער, האט מיר דער שיקצע געלאזט גיין א האלבע מינוט דערויף, אבער מיט א ווארענונג אז עס קען זייער מעגליך זיין אז די באאמטע אין א''י וועלן מאכן פראבלעמען. נו נו…
למעשה, נישט נאר וואס די באאמטע האבן מיר נישט געמאכט פראבלעמען, זיי האבן מיר גאר געגעבן ווי.איי.פי. וועגן מיין פאספארט… עס איז דאן געווען בלויז איין גרעניץ פאטראל באאמטע, וואס אין רעזולטאט איז געווען גאר א לאנגע ליניע. איינע פון די לופטפעלד באאמטע וועלכער האט מיר באמערקט מיט א נויטפאל פאספארט האט מיר געהייסן גיין צו א צווייטן פלאץ ווי יענער האט מיר געגעבן א ספעציעלן קארטל ארויסצוגיין, און איז געווען בלויז אינטערעסירט צו איך בין אויך געווען אין אומאן ווען איך האב אים גע'ענטפערט מיין סיבה פארן זיין אין אוקריינא… פון דאן איז מען שנעל געלאפן כאפן די באן קיין ירושלים, און מיט דעם געשלאסן א לאנגער געשיכטע…
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז בעת וואס איך בין געווען אין קיעוו איז גארנישט געווען קיין פייפערייען פון סירענעס בעת וואס אין מעזיבוש איז יא געווען א שיינע פאר מאל. אבער דאנערשטאג פארנאכט, דער זעלבן טאג וואס איך בין אוועקגעפארן פון קיעוו, האבן די רוסן באמבאדירט די שטאט אין א נקמה אטאקע אויף דעם וואס אוקריינא האט באמבאדירט א רוסישע לופט באזע דעם שבת בעפאר. זעהט אויס אז מיסטער פוטין האט נישט געוואלט אטאקירן ווילאנג איך בין געגאנגען שפיאנירן פאר אים, מיטן נעמען א בילד פון זעלענסקי'ס פאלאץ…
-ארי ק.